מכתב יומי

ד סיון תשע"ח

May 18 2018

 בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; וויפיל מיר זאלן נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז עס נישט גענוג. וואס וואלטן מיר געטון אן דעם רבי'ן? וואו וואלטן מיר זיך אהין געטון?! דער הייליגער רבי געבט אונז שכל און פארשטאנד מיר זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אין יעדן מצב, ער מאכט אונז פרייליך און שטארק אונז.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען שוין זוכה אריין צו גיין אינעם יום טוב שבועות - זמן מתן תורתינו, מיר גייען זוכה זיין צו קבלת התורה; דארפן מיר געדענקען וואס דער רבי זאגט, אז אויב מען וויל תשובה טון דארף מען פארגעסן וואס איז געווען, מען דארף זיך גענצליך באנייען, נאר אזוי קען מען תשובה טון.


מוהרא"ש זאגט א שיינע טעם פארוואס מען עסט מילכיגס שבועות; ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה", ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען קיין שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט פרובירן נאכאמאל אנצוהייבן פון דאסניי, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון פריש; דעריבער ווען מיר גייען מקבל זיין די תורה עסן מיר מילכיגס, כדי צו געדענקען אז מיר זענען ווי ניי געבוירן; א קליין קינד עסט דאך נאר מילך, דעריבער עסן מיר מילכיגס צו ווייזן אז מיר זענען ניי געבוירן, מיר הייבן אן פון דאסניי זיין ערליכע אידן.


מוהרא"ש זאגט: מען זעט אז די תורה הייבט זיך אן מיטן אות 'ב' וואס איז פארמאכט פון אלע זייטן, עס איז אפן נאר אויף פאראויס; דאס קומט אונז לערנען אז אויב מען וויל מצליח זיין טאר מען נישט קוקן אויף צוריק, נאר אויף פאראויס; נאר אזוי קען מען מקבל זיין די תורה און נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין לעבן.


דער הייליגער חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו זאגט: פארוואס עסט מען מילכיגס שבועות? ווייל יעדע עסן וואס ווערט פארדארבן קען מען שוין נישט ניצן, מען ווארפט דאס אוועק, חוץ מילך; וואס אפילו אז עס ווערט פארדארבן קען מען דאס נאך נוצן, מען קען מאכן דערפון קעז; דערפאר עסט מען מילכיגס שבועות, ווייל מען וויל ווייזן פארן מענטש: אפילו דו ביסט אראפגעפאלן אין עבירות, דו ביסט פארדארבן געווארן, דאך קענסטו נאך תשובה טון און ווערן א צדיק, אזוי ווי פארדארבענע מילך וואס מען ווארפט נישט אוועק נאר מען מאכט דערפון פיינע קעז.


דאס לערנט אונז דער הייליגער רבי: "עס איז נישט דא קיין יאוש"; דער רבי האט געשריגן (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!", זאגט ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן קנג): דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בכל גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייך נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; עס איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש, נישט דא קיין מענטש וואס קען נישט תשובה טון און עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען קען נישט מתקן זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דער יצר הרע וויל נאר איין זאך פונעם מענטש: "געב זיך אונטער!" ער וויל אז דער מענטש זאל ביי זיך אפמאכן איין מאל פאר אלעמאל און זאגן: "איך בין שוין פארפאלן!" יעדעס מאל ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות איז זיין כוונה נאר מחליש דעת זיין דעם מענטש, דער מענטש זאל אויפגעבן און אויפהערן צו פראבירן זיין גוט און ערליך; דאס ווייזט אונז דער מנהג פון עסן מילכיגס: "פון פארדארבענע מילך מאכט מען קעז", דאס הייסט: "פון א פארדארבענער מענטש קען ווערן א גרויסער צדיק".


דערפאר בעט איך דיר: "שטארק זיך און הייב זיך אויף!" און זיי נישט צעקלאפט ביי דיר. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל )ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט, ער נעמט זיך פאר צו לערנען די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: רעכן איך כאילו דער מענטש האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דערפאר, יעצט ווען מיר זענען מקבל די תורה אין יום טוב שבועות, הייב אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וועט דיר דער אייבערשטער רעכענען כאילו דו האסט קיינמאל נישט געזינדיגט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט; דו זאג די ווערטער פון די תורה, נישט קיין חילוק צי דו פארשטייסט יא צי נישט, און אפילו דאס לערנען האט א פנים ווי א שיך מיט דריי עקן זאלסטו ווייטער לערנען. עס איז דא וואס פירן זיך צו עסן קרעפלעך שבועות, עס איז געמאכט מיט דריי עקן; דאס דערמאנט אונז די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואו דער רבי דערציילט אז דער תם איז געווען א שוסטער, אבער ער האט זיך נישט געקענט דערלערנען ווי אזוי מען מאכט שיינע שיך, ער פלעגט מאכן א שוך מיט דריי עקן, עס האט נישט אויסגעזען ווי א שוך, דאך פלעגט ער נעמען דעם דריי עקיגן שוך און זיך מחיה זיין מיט דעם און געזאגט: "וואס פאר א שיינע שיך האב איך געמאכט, ווי זיס איז מיין שיך, ווי האניגדיג איז מיין שיך, וואספארא צוקערדיגע שיך, א וואוילע שיך", זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אויב איז עס יא אזוי, פארוואס נעמען אנדערע שוסטערס אסאך מער געלט ווי דו נעמסט פאר דיין שיך?" פלעגט דער תם איר ענטפערן: "וָואס הָאט דָאס צוּ טוּן מִיט מִיר? דָאס אִיז זַיין מַעֲשֶׂה אוּן דָאס אִיז מַיין מַעֲשֶׂה, אוּן וָואס דַארְף מֶען רֶעדְן פוּן אַ צְוֵוייטְן, לָאמִיר זֶען וִויפִיל אִיך פַארְדִין מִיַּד לְיַד".


דעריבער עסן מיר שבועות דריי עקיגע קרעפלעך, צו געדענקען, אז אפילו אונזער דאווענען האט א פנים ווי א שיך מיט  דריי עקן זאל מען זיך מחי' זיין מיט דעם, און אז דאס לערנען האט א פנים ווי א שיך מיט דריי עקן זאלן מיר זאגן די אלע לשונות וואס דער תם האט געזאגט און געזינגען צו זיין שיכעלע; ווייל דאס איז דער סוד פון מצליח זיין אין לעבן: "א מענטש זאל זיך מחיה זיין מיט יעדע נקודה טובה, אפילו עס איז ווייט פון שלימות".


שבועות ביינאכט זאלסטו אויף בלייבן א גאנצע נאכט; עס שטייט אין זוהר הקדוש (הקדמה ח.) אז רבי שמעון בר יוחאי איז אויפגעווען שבועות א גאנצע נאכט מיט זיינע תלמידים, און מען האט געלערנט תורה נביאים וכתובים - פון יעדע פרשה דער ערשטער פסוק און דעם לעצטן פסוק, און אזוי אויך ביי יעדע ספר פון נביאים וכתובים דער ערשטער פסוק און דעם לעצטן פסוק, אזוי אויך האט ער זיי מעורר געווען אז זיי זאלן לערנען די תרי"ג מצוות; רבי שמעון בר יוחאי איז געווען זייער פרייליך און ער האט געבענטשט זיינע תלמידים אז זיי זאלן זוכה זיין צו קבלת התורה.


מיר בלייבן אויך אויף שבועות ביינאכט צו זאגן דעם תיקון ליל שבועות; מען זאגט דעם ערשטן פסוק און דעם לעצטן פסוק פון יעדע סדרה פון חמשה חמשה תורה, נאכדעם זאגט מען דעם ערשטן פסוק פון יעדע ספר פון נביאים וכתובים און דעם לעצטן פסוק, נאכדעם לערנט מען די תרי"ג מצוות. דאס איז דער עיקר תיקון, די אלע איבעריגע פסוקים דאס האט מען צוגעלייגט, אבער דער עיקר תיקון איז דער ערשטער פסוק און דעם לעצטן פסוק; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט דערפון, דערפאר גייט מען שלאפן ווייל מען האט נישט קיין כח צו זאגן דעם גרויסן תיקון.


שבועות ביינאכט איז נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט חברים מיט שטותים והבלים; שבועות ביינאכט איז זייער א גרויסע נאכט. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו שמועסן ביינאכט, ווייל עס איז זייער א גרויסע נאכט; מען קען פועל'ן אסאך ישועות; די אלע וואס בלייבן אויף סתם צו רייכערן און שמועסן איז א גרעסערע תיקון אז זיי זאלן גיין שלאפן. אדער לערנט מען אדער איז מען זיך מתבודד מיטן אייבערשטן; מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר שיעורים אין כל התורה כולה און זיין דבוק אין אים.


פארן עלות השחר איז א גרויסע זאך צו גיין אין מקוה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נו): "הַמִּקְוֶה שֶׁל שָׁבוּעוֹת הִיא מִקְוֶה שֶׁל שַׁעַר נ', שֶׁהוּא שַׁעַר הָעֶלְיוֹן מֵחֲמִשִּׁים שַׁעֲרֵי בִּינָה, שֶׁהוּא שֵׂכֶל וְדַעַת עֶלְיוֹן, חֶסֶד עֶלְיוֹן וְרַחֲמִים גְּדוֹלִים", ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה יום טוב שבועות פארן עלות השחר איז מען זוכה ממשיך צו זיין גרויסע ישועות; מען באקומט שכל און מען איז זוכה צו גאר גרויסע זאכן.


דערפאר, נאכן ענדיגן דעם 'תיקון ליל שבועות' זאלסטו לויפן אין מקוה זיך טובל'ן בתמימות ובפשיטות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס עס מיינט 'שער החמישים' און דו ווייסט גארנישט וכו'. דער תיקון געשעט פון זיך אליין, צי מען פארשטייט יא צי מען פארשטייט נישט, דו גיי אין מקוה 'על דעת כל הצדיקים, ועל דעת רבינו נחמן מברסלב ותלמידיו הקדושים'.


דער עיקר זאלסטו טאנצן א גאנץ יום טוב; פריי דיר שלא עשני גוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש פליאה) ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה, ער האט געזאגט (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹהֶיךָ", האט משה רבינו גלייך אויסגעשריגן: "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי!" אלע פרעגן וואס איז דער קשר איינס מיטן צווייטן? זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: "עס איז בכלל נישט קיין קשיא; ווען דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די תורה איז משה רבינו געווארן אזוי פרייליך אז ער האט אנגעהויבן דאנקען "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי!" ברוך השם איך בין א איד, איך בין נישט קיין גוי"; אז מען פריידט זיך מיט דעם איז מען אייביג פרייליך, "א גוי בין איך נישט, וואס דו ווילסט נאר זאגן אויף מיר קענסטו זאגן, אבער א גוי בין איך נישט".


זע צו פרייליך מאכן דיין ווייב, און געדענק וואס מען לערנט אין היכל הקודש קודש קדשים: "דער אייבערשטער איז אין שטוב".


איך שרייב דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב עס איר איבער נאך היינט פאר יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.


 


לכבוד מרת ... תחי'


יעצט ווען מיר שטייען ערב יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו ווען מיר גייען מקבל זיין די תורה, דארפט איר וויסן אז די פרויען נעמען א גרויסער חלק אין מתן תורה.


מיר געפינען אין די תורה אז ווען משה רבינו איז ארויף אויפן בארג סיני נעמען די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער אים געזאגט ער זאל קודם גיין צו די פרויען און נאכדעם צו די מענער, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל", "בית יעקב" דאס זענען די פרויען "בני ישראל" דאס זענען די מענער; פארוואס האט דער אייבערשטער אים געזאגט ער זאל קודם רעדן צו די פרויען און ערשט נאכדעם צו די מענער? ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער זיי געבעטן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה.


היות די אידישע פרויען זיי זענען די וואס זענען מחנך די קינדער אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די מענער באקומען שכר פארן לערנען, אבער די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה וכו'; דעריבער ווען עס איז געקומען צו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער געהייסן פאר משה רבינו קודם צו רעדן צו די פרויען ווייל אין זייער זכות האבן מיר באקומען די תורה.


יום טוב שבועות געפאלט אויס דער יארצייט פון דוד המלך עליו השלום; יעצט איז א צייט וואס איר זאלט זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן. ווען מען זאגט תהילים קען מען פועל'ן גרויסע ישועות - סיי פאר זיך אליינס, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן.


זעט צו רעדן שיין צו אייער מאן, נאר איר וועט בענעפעטירן דערפון; דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע, דער וועלט איז אזוי ווי א שאטן - ווי אזוי מען פירט זיך צו יענעם אזוי פירט מען זיך צוריק צו דיר.


זייטס מתפלל אז מיר זאלן האבן א סקול; די אינספעקטערס זענען נעכטן געווען אין ישיבה אויפן דאך און האבן באקוקט דעם עקסטענשאן וואס מיר האבן ארויס געבויעט פארן סקול, זיי האבן געזאגט אז מיר קענען דאס מער נישט נוצן. דארפן מיר יעצט האבן א נייע פלאץ פאר די מיידלעך; מיט תפילה וועלן מיר עס באקומען, בעטס דעם אייבערשטן אז איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די מוסד.


א פרייליכן יום טוב.