בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויפוועקן פון שלאף און זיך פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


איך געדענק יארן צוריק ביסטו געווען אזוי צופייערט, האסט געקאכט און געברענט מיטן דרך הלימוד, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און שוין לאנגע יארן וואס איך הער נישט פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך צוריק אויפוועקן פון דיין שלאף און זיך פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן און פאלגן זיינע עצות. ווייל ווער עס פאלגט דעם רבינ'ס עצות בתמימות ופשיטות - האט דער רבי צוגעזאגט - וועט נישט זיין קיין דרגא צו וואס ער וועט נישט זוכה זיין צו דעם.