בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#75 - אפלאזן דעם 'ארור המן' און ווערן 'ברוך מרדכי'
התחזקות, התחדשות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומען יעצט זייער הייליגע טעג, פורים איז א צייט וואס (אסתר ט, א): "וְנַהֲפוֹךְ הוּא", מען קען זיך אינגאנצן איבערדרייען, "יש עניין שיתהפך הכל לטובה" (ליקוטי עצות התחזקות, סימן לו), מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, אפלאזן דעם 'ארור המן' און ווערן 'ברוך מרדכי'; אפילו אויב מען איז אין (מגילה יג:): "חֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", מען דערטרונקט זיך אין בלאטע – לערנען אונז די צדיקים מרדכי ואסתר: "אנטלויף פון די טומאה, לויף צום צדיק", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם), אסתר זאגט אונז: "עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", שטיי אויף פון די שויס פון אחשורוש, "טוֹבֶלֶת", גיי אין מקוה, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", גיי צו מרדכי הצדיק'ס שויס.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "וְעַכְשָׁיו, וְלֹא סִיֵּים", קען מען זאגן: "ענדיג נישט זאגן 'ועכשיו'", מען דארף א גאנץ לעבן זיין גרייט צו זאגן "'ועכשיו', איך הויב יעצט אן", 'ולא סיים', און נישט ענדיגן אנהויבן מאכן פרישע התחלות.

#74 - א רחמנות אויף דעם וואס פאלגט נישט דעם רבינ'ס עצות
התחזקות, התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאלג דעם רבי'ן, פאלג די עצות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - איך בין אהיימגעקומען פון שטעטל אן אויפגעפרישטער
התחזקות, שטעטל, התחדשות, שמחות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת בא בין איך געווען אין שטעטל ביי די שבת שבע ברכות פון מיין זון שמעון נרו יאיר. די סעודות איז געווען ביים מחותן אין שטוב, ביי אברהם משה, עס האט געהאט אלע טעמים; אזוי שיין, אזוי פשוט. דורכאויס די גאנצע סעודה האט מען געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסד חינם אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר קריגן נישט אויפן רבי'ן און מיר ווייסן און לעבן מיט די זיסע עצות.


שבת איז געווען זייער קאלט, אבער אין הארץ איז געווען זייער ווארעם, מען האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. איך בין אהיים פון שטעטל אן אויפגעפרישטער, ווען איך קום אין שטעטל שעפ איך אזויפיל נחת פון די תלמידים, עס איז אזוי שיין צו זען ווי מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן, די עצות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם הינקעדיגער (ספורי מעשיות, מעשה ג' מחגר), ער האט גארנישט געהאט, ער איז געקראכן אויף דער ערד און געגעסן גראז, אזוי האט ער געטון פאר א לאנגע צייט, ביז ער איז אנגעקומען צו א קרויט וואס האט אים זייער געפאלן, און פון דארט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן זיין ישועה, ער האט געפונען א דיימאנט פול מיט סגולות וכו' און ער איז צוגעקומען צו הויכע מדריגות; אלעס האט זיך אנגעהויבן פון דעם וואס 'עס האט אים געפאלן די קרויט', מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש איז מרוצה מיט וואס דער אייבערשטער מאכט, ער איז צופרידן מיט וואס ער האט - קען ער זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן, אפילו ער האט נאר גראז צו עסן; אויב האט ער הנאה פון דעם, ער איז אין א גוטע גוסטע - קומט מען צו זייער שיינע זאכן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די שווערע שאלה וואס אלע פרעגן, דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו (שמות י, א): "בֹּא אֶל פַּרְעֹה", קום צו פרעה, "כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ", ווייל איך האב אים הארט געמאכט זיין הארץ וגו'; עס איז שווער, ווייל וואס האט די טעם מיט די באפעל? אויב ער האט א שווערע הארץ און ער וועט נישט וועלן ארויסשיקן די אידן - איז וואס שיקט מען אים צו פרעה, וואס האט ער פון גיין צו פרעה?!


מען קען עס פארשטיין מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מט; לקוטי עצות אות התחזקות, סימן לז): "מַעֲלָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ עֲדַיִן יֵצֶר הָרַע לָאָדָם", עס איז א גוטע זאך ווען מען האט נאך א יצר הרע, "כִּי אָז יָכוֹל לַעֲבֹד אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ עִם הַיֵּצֶר הָרַע דַּיְקָא", ווייל אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן מיטן יצר הרע, "דְּהַיְנוּ לְהִתְגַּבֵּר מִתּוֹךְ חֲמִימוּת הַיֵּצֶר הָרָע", זיך צו שטארקן אויף די ברענעדיגע פייער וואס דער יצר הרע ברענט, "לְהַמְשִׁיךְ מִמֶּנּוּ לְתוֹךְ אֵיזֶה עֲבוֹדָה מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", און אזוי דינען דעם אייבערשטן, "וְאִם אֵין יֵצֶר הָרַע לָאָדָם", אבער ווען מען האט מער נישט קיין יצר הרע, "אֵין עֲבוֹדָתוֹ נֶחֱשֶׁבֶת כְּלָל", איז די עבודה נישט אזוי חשוב. "וּבִשְׁבִיל זֶה מַנִּיחַ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁיִּתְפַּשֵּׁט כָּל כָּךְ עַל הָאָדָם", דעריבער מאכט דער אייבערשטער עס זאל זיין א יצר הרע מיט ברענעדיגע תאוות, "וּבְיוֹתֵר עַל מִי שֶׁחָפֵץ בֶּאֱמֶת לְהִתְקָרֵב אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", און נאך מער ביי ערליכע אידן וואס ווילן זיין ערליך און הייליג, ווייל דער אייבערשטער וויל דער מענטש זאל זיך שטארקן אויפן יצר הרע, "אַף עַל פִּי שֶׁעַל יְדֵי הִתְפַּשְּׁטוּתוֹ וְהִתְגָּרוּתוֹ כָּל כָּךְ הוּא מֵבִיא אֶת הָאָדָם לְמַה שֶּׁמֵּבִיא, לְכַמָּה עֲווֹנוֹת וּפְגָמִים גְּדוֹלִים", אפילו עס פאסירט אז דער מענטש פאלט אראפ אין עבירות, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּל כְּדַאי אֶצְלוֹ יִתְבָּרַךְ בִּשְׁבִיל הַתְּנוּעָה טוֹבָה, מַה שֶּׁבְּתֹקֶף הִתְגַּבְּרוּתוֹ שֶׁל הַיֵּצֶר הָרָע, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הָאָדָם בְּאֵיזֶה תְּנוּעָה וּבוֹרֵחַ מִמֶּנּוּ", דאך איז דאס זייער חשוב און טייער פארן אייבערשטן, "שֶׁזֶּה יָקָר אֶצְלוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר מֵאִלּוּ עָבַד אוֹתוֹ אֶלֶף שָׁנִים בְּלִי יֵצֶר הָרָע", עס איז מער ווערד פארן אייבערשטן ווען מען דינט אים מיט א ברענעדיגע יצר הרע - ווי א צווייטער וואס דינט דעם אייבערשטן טויזנט יאר אן קיין יצר הרע, "כִּי כָּל הָעוֹלָמוֹת לֹא נִבְרְאוּ כִּי אִם בִּשְׁבִיל הָאָדָם", ווייל די גאנצע וועלט האט דער אייבערשטער באשאפן נאר צוליב דעם מענטשעלע וואס לערנט און דאווענט, "שֶׁכָּל מַעֲלָתוֹ וַחֲשִׁיבוּתוֹ הִיא מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ לוֹ יֵצֶר הָרָע כָּזֶה וְהוּא מִתְחַזֵּק כְּנֶגְדּוֹ", און נאר ווייל דער מענטש האט א יצר הרע וואס ציט אים אוועק, און ציט אים צו נישט גוטע זאכן, און אז מען שטארקט זיך אויף דעם יצר - איז מען זייער חשוב ביים אייבערשטן.


מיט דעם פארשטייט מען דעם טעם פון: "בֹּא אֶל פַּרְעֹה, כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ", מען רעדט צו אונז מענטשן, דוקא ווייל מען האט א שווערע יצר הרע, מען האט א שווערע הארץ, דוקא צו אים רעדט מען; זאלסט נאכאמאל פרובירן צו זיין גוט, און נאכאמאל זיך אויפהייבן, און אז דו זעסט אז עס גייט נישט, זאלסטו וויסן, דוקא אזא איינער - פון אים האט דער אייבערשטער הנאה.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן פון דעם שבת אבער איך מוז אהיימלויפן העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער, ליינען קריאת שמע מיט זיי, אפאר קינדער שפירן זיך נישט אזוי גוט, דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - זיין פרייליך שבת
שלום בית, שבת קודש, התחדשות, תפילה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות, דאס איז אלעס מתקן.


מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים (תנחומא בראשית, סימן ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", א פארגענוגן שבת איז אזוי ווי טויזנט טעג פון פאסטן; זאלסטו זיך האלטן שטארק ווי אייזן, פעלזן פעסט, צו זיין פרייליך שבת, נישט ווערן נערוועז פון די ווייב און קינדער; דורך תפילה קען מען קומען צו דעם, צו האבן א שיינע שבת.


אויך זאלסטו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, אויך זאלסטו מאכן צייט איר אויסצוהערן און שמועסן מיט איר.


טייערער ברודער, איך בעט דיר בלייב פריש, באניי זיך מיט די עצות פון רבי'ן; מען דארף טון די עצות און לערנען די ספרים, מען זאל נישט איינשלאפן נאר בלייבן וואך.


שרייב מיר פון דיין חיים טובים.

#71 - מען דארף זיך באנייען
התחזקות, שטעטל, התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אלעס איז גוט ביי דיר; דיין שלום בית, דיין פרנסה, איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר. אינטערעסאנט איז, דו וואוינסט אין שטעטל און שוין כמה חדשים וואס איך הער גארנישט וואס דו מאכסט, און אין ארץ ישראל איז דא וואס איך הער כאטשיג איין מאל א וואך, זיי ווילן קומען וואוינען אין שטעטל צו זיין נאנט, אבער עס האט נישט מיט וואו מען וואוינט...


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, באניי זיך, ווער פריש מקורב. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "בְּכָל פַּעַם וּפַעַם שֶׁנּוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק, צָרִיךְ שֶׁיִּרְאֶה שֶׁיָּבוֹא בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", יעדעס מאל דארף מען טראכטן דאס איז די ערשטע מאל וואס איך בין געקומען צום צדיק, "לֹא כְּמוֹ שֶׁכְּבָר הָיָה אֵצֶל הַצַּדִּיק", נישט איך בין שוין דא אן אלטער מקורב, "וְעַכְשָׁו הוּא בָּא פַּעַם שֵׁנִית", און יעצט בין איך נאכאמאל געקומען, "רַק כְּמוֹ שֶׁלֹּא הָיָה מֵעוֹלָם אֵצֶל הַצַּדִּיק", נאר מען זאל טראכטן איך בין נאכנישט געווען ביים צדיק, "וְיִהְיֶה אֶצְלוֹ כְּמוֹ שֶׁבָּא עַכְשָׁו מֵחָדָשׁ פַּעַם רִאשׁוֹן", איך בין יעצט געקומען פונדאסניי.


ברודער, שטארק זיך, אויף יעדן איינעם גייען אריבער שווערע טעג; וואויל איז דעם וואס האט התקשרות וביטול צום צדיק, דער קען אלעס בייקומען.

#70 - א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט
חנוכה, התחדשות, סדר דרך הלימוד, תכלית, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זיך באנייען, אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט זיך באנייען מיט דיין עבודות השם, בעיקר מיטן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיינע ספרים. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן".


איך בעט דיך זייער, לאז אפ דיינע חכמות, פאלג דעם רבי'ן בתמימות. נעם אן דעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא - בבלי ירושלמי, תוספתא, ועוד; לאז זיך נישט נארן, וואס בלייבט פון אלע נארישקייטן? נאר תורה בלייבט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" פאר יעדן איינעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", אבער ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן, ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


וואו האלסטו אין משניות? וואו האלסטו אין ש"ס? א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#69 - הויב אן נאכאמאל זיין ערליך, ביסט היינט ניי געבוירן
התחזקות, עבודת השם, התחדשות, סדר דרך הלימוד, יאוש, תמימות, שכחה

 


בעזרת ה' יתברך - היום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן נאכאמאל זיין ערליך; אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן אזויפיל מאל און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט פון אלע פרישע התחלות - זאלסטו יעצט אנהויבן פון ניי; פארגעס וואס איז געווען, טראכט 'איך בין היינט ניי געבוירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פון דאס ניי".


אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט טראכטן: 'איך בין היינט ניי געבוירן' - וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, ווארט נישט אויף סוף וואך, שטופ נישט אפ אויף מארגן; היינט הויב אן לערנען חומש, אויך זאלסטו היינט לערנען א פרק משניות און א בלאט גמרא. דער רבי זאגט, ווער עס לערנט יעדן טאג די לימודים - ווערט ביים סוף געזונט, מען ווערט ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#68 - האלט אייך פריש, און רעדט נאר פון פשוטע זאכן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, קדושה, שלום בית, התחזקות, הפצה, דרך ארץ, חסידות ברסלב, דרשות, מדות טובות, התחדשות, בית המדרש, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, מורה דרך, אשר בנחל, דאווענען, מנין, לצנות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ארץ ישראל, זיך טרעפן נאכאמאל מיט אייך און זיך קענען מחזק זיין מיט די שיינע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל איבערבעטן די אלע חברים וואס איך האב נישט באגרוסט, די אלע וואס האבן געווארט אין ירושלים נאכן שיעור צו קענען געבן שלום; וואלט איך געגעבן נאך איינעם שלום - וואלט איך פארפאסט די פליגער. איך האב געמיינט די פליגער פארט אהיים אום איינס אזייגער, איך האב אויסגערעכנט אנצוקומען אין צייט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד ווייזט מען מיר: "פארמאכט!" זיי זאגן איך האב געמאכט א טעות, די פליגער פארט שוין צוועלף דרייסיג. מיר זענען שיעור געווארן פארלוירן, מיר האבן זיך שנעל דערמאנט פון די עצה פון תפילה, אלע האבן געבעטן: "רבונו של עולם העלף מען זאל אונז עפענען און מיר זאלן אנקומען בשלום", און ניסים איז געשען, מען האט אונז גענומען און דורכגעפירט אלע ווארטעס.


איך וויל איבערבעטן די גבאים, זיי זאלן נישט זיין וויי געטון אז איך בין נישט געקומען צו זיי אין שול; איך באקום בריוו אז עס טוט וויי פארוואס איך גיי נאר אין ירושלים און איך בין נישט געקומען צו זיי. וויסן זאלט איר, מיין פלאן איז געווען צו קומען צו אלע שול'ן; צפת, בית שמש, יבנאל, בראכפעלד און אלעד, אבער איך האב געהאט די מצוה פון מכבד זיין מיין שווער און מיין טאטע, בין איך געבליבן זיצן אין מירון מיט זיי, איך האב געוואלט קומען און איך וועל נאך קומען.


די פראגע איז נאר, אויב איך וועל קומען - צי וועל איך אייך נאך טרעפן; ווייל מען דארף רחמי שמים צו זיין פריש ביים רבי'ן. איך האב געזען אין ארץ ישראל אינגעלייט וואס זענען שוין נישט ווי אמאל, איך האב זיי געפרעגט, זאגט מיר דעם אמת, איר הערט נאך די שיעורים וואס מען שמועסט אין ישיבה? זאגן זיי, ניין, היינט דארפן זיי דאס שוין נישט, היינט זענען זיי שוין ביי מוחין דגדלות. האב איך געזען אז מען דארף האבן א זכיה צו קענען בלייבן פריש מקורב ביים רבי'ן.


איך וועל קומען צו אייך, און איך וויל אייך אלע טרעפן. געבט אכטונג זיך נישט דרייען צווישן לצים. געבט אכטונג פון די וואס רופן זיך ברסלב נייטראל, די וואס שפעטן פון צדיקי אמת, די וואס מאכן א געשפעט; ווייל נאכדעם ווערט מען אפגעקילט. מען קען שוין נישט הערן די שיינע זיסע עצות פונעם צדיק, ביז מען הערט אויף לערנען, מען הערט אויף דאווענען, ביז מען הערט אויף בענקען צום אייבערשטן און מען פארלירט אלעס.


איך וויל בעטן אונזערע טייערע גבאים, די אלע וואס לערנען פאר אין אונזערע שטיבלעך; לערנט פשוט'ע ווערטער, לערנט נישט קיין טיפע תורות און משלים, קיינער האט נישט כח פאר די מעשיות מיט משלים, מיטן נמשל וואס שטימט זייער שיין מיטן משל, אבער מיטן מענטש שטימט עס נישט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) אויף די איז געזאגט געווארן: "'הַמְּעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים', כִּי מְיַגְּעִים אֲנָשִׁים שֶׁבָּאִים לִשְׁמֹעַ דְּרוּשָׁם וְתוֹרָתָם, וַאֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם, הַיְנוּ שֶׁיָּבוֹאוּ לָדַעַת אֶת ה' אֵיךְ לַעֲבֹד, וְהֵם הָאֲנָשִׁים אֵין מַשִּׂיגִים שׁוּם תּוֹעֶלֶת, כִּי תּוֹרָתָם שֶׁל אֵלּוּ הַתַּלְמִידֵי חֲכָמִים אֵין לָהּ כֹּחַ לְהַדְרִיךְ אֶת הָאָדָם בְּדֶרֶךְ הַטּוֹב כִּי מִבִּישָׁא לָא הֲוֵי טָבָא, וְלֹא עוֹד, כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים כְּאִלּוּ לוֹאֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִלַּעֲזר לָעוֹבְדִים אוֹתוֹ, נִמְצָא שֶׁעַל יְדֵי זֶה אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נוֹפְלִים בִּכְפִירוֹת גְּדוֹלוֹת וְחוֹשְׁבִים, חַס וְשָׁלוֹם, 'לֹא יִרְאֶה וְלא יָבִין אֱלֹקִים בְּמַעֲשֵׂה בְּנֵי אָדָם' עַל יְדֵי זֶה 'אֶת יִרְאֵי ה' לֹא יְכַבְּדוּ'".


וואס יא? רעדט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן, רעדן מיט דרך ארץ צו טאטע מאמע, שווער און שוויגער. רעדן מיט דרך ארץ צו די ווייב, מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו די ווייב. פארוואס פאר חברים האט מען כח זיי צו טון טובות און ווען די ווייב בעט זיך פאר א טובה דריידט מען זיך ארויס? און אפילו די וואס טוען שוין יא - טוען דאס מיט א גאנצע טובה, פארוואס? פארוואס איז די ווייב נישט אינטערעסאנט?! נאר אז מען איז מכבד די ווייב, מען קוקט אויף איר ווי זי איז א מתנה פונעם אייבערשטן, מען ערווארט גארנישט פון איר - דאס איז אן ערליכער איד.


איך בעט די גבאים וואס לערנען פאר, לערנט פאר בריוו פון מוהרא"ש; חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, חיזוק אויף זיין פרייליך, אויך זאל מען זיך ליב האבן.


טייערע ליבע ברידער, ווערט נישט אלט און ווערט נישט מיד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט ענק זייער, זייט שטארק ביי זיך, געבט נישט נאך, געבט נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט - הויבט מען אן פאלן, ווען מען הויבט אן תשובה טון - הויבט מען אן האבן ביטערע נסיונות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז די שיינקייט פון א איד און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


טייערע ליבע ברידער, יעדער איינער פון ענק זאל עפעס טון פאר הפצה.


א גוט שבת.


 

#67 - עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן טון פאר נשמות ישראל
הפצה, חסידות ברסלב, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחוקותי, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, רו נישט, האב רחמנות אויף אנדערע. בעיקר אויף בחורים און אינגעלייט וואס טאפן א וואנט, זיי ווייסן נישט וואס מען וויל פון זיי.


געב זיי פון רבינ'ס עסן, געב זיי טועם זיין פון רבינ'ס תורה; דער הייליגער רבי האט אזעלכע חיזוק, אזעלכע שכל פאר יעדן איינעם, סיי דרי מעלה און סיי דרי מטה, פאר די וואס זענען אויבן ווייזט ער 'נאך דא אסאך העכער', און פאר די וואס זענען אונטן ווייזט ער 'דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר; דארפסט נאר אויפמאכן די מויל, רעדן און שמועסן מיטן באשעפער'.


איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג טון פאר הפצה, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן טון פאר נשמות ישראל. לאך זיך אויס פון די וואס שפעטן און לאכן, נעם דאס אן פאר תשובה, פאר א תיקון; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק".


קוק גוט, ווער עס איז עוסק אין הפצה - דער איז פריש, פיל מיט חיות, די זענען פרישע מקורבים, און די וואס זענען נישט עוסק אין הפצה, מיט די צייט שלאפן זיי איין, ביז זיי ווערן שוין נערוועז פון די וואס רעדן פון הפצה, פון רבי'ן, פון מוהרא"ש.


אם ירצה ה' פאר איך היינט נאכט אהיים פון ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#66 - שטארק איז דער וואס הייבט זיך נאכאמאל אויף
התחזקות, התחדשות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז נישט אפ דיין ווילן צו זיין אן ערליכער איד; אפילו דו זעסט ווי דו האלסט אין איין פאלן - זאלסטו ווייטער וועלן און בענקען און בעטן - צו זיין גוט.


שטארק איז דער וואס הייבט זיך נאכאמאל אויף, שטארק איז דער וואס הויבט נאכאמאל אן; דער וואס פאלט נישט - איז נישט שטארק, דער איז א מלאך. דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל דאס איז וואס ער וויל זען, ווי פון אונזערע שוואכע נסיונות דינען מיר אים.


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה.


דיין ראש ישיבה.


 

#65 - אויפוועקן פון שלאף און זיך פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


איך געדענק יארן צוריק ביסטו געווען אזוי צופייערט, האסט געקאכט און געברענט מיטן דרך הלימוד, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און שוין לאנגע יארן וואס איך הער נישט פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך צוריק אויפוועקן פון דיין שלאף און זיך פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן און פאלגן זיינע עצות. ווייל ווער עס פאלגט דעם רבינ'ס עצות בתמימות ופשיטות - האט דער רבי צוגעזאגט - וועט נישט זיין קיין דרגא צו וואס ער וועט נישט זוכה זיין צו דעם.


 

#64 - אויב דו זוכסט א גוטער חבר, איך בין גרייט צו זיין דיין חבר
חברים, צדיקים, רעדן, התחדשות, ראש ישיבה, לצנות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מן הסתם ווייסטו נישט ווי שטארק איך בענק זיך נאך דיר, וואלסטו געוויסט ווי איך בענק נאך דיר - וואלסטו זיכער געקומען פון צייט צו צייט, גערופן אדער געשריבן.


טייערער ..., וואס מאכסטו? ווי אזוי גייט דיין עבודת השם? ווי אזוי גייט דיר דיינע שיעורים כסדרן?


אויך וויל איך הערן פון דיין טייערע ווייב תחי'. איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט איר מכבד, ווייל זי איז א טייערע מתנה פון אייבערשטן פאר דיר.


שטארק זיך, נעם זיך נאר גוטע חברים וואס האבן א ריינע שפראך, אנטלויף פון די וואס רעדן ליצנות אויף צדיקים און ניבול פה. אויב דו זוכסט א גוטער חבר, איך בין גרייט צו זיין דיין חבר.


שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך - וועסטו מיר מחי' זיין.


 

#63 - פארגעסט פון די אלטע ווייטאג, הויבט אן פונדאסניי
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, התחדשות, טערעפי, שכחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, החודש, מברכים החודש, כ"ד אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט זיך שטארקן צו זיין פרייליך. פארגעסט אלעס וואס איז געווען, טראכטס נישט אלטע מעשיות; די אלטע מעשיות ברענגט נאר ווייטאג, טראכטס 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר', טראכטס אז דער אייבערשטער האט אייך ליב, ער ווארט צו הערן אייער קול ווי איר בעט אים.


ארבעטס אויף שמחה, דאס איז די וויכטיגסטע זאך; אז מען איז פרייליך - האט מען אלעס, און אז מען איז טרויעריג קען מען אלעס האבן און מען האט גארנישט.


די נארישע פארטעמפטע טערעפיסטן האבן א וועג ווי מער מאכן דעם מענטש נאכאמאל טראכטן פון זיין אלטע ווייטאג, עס איז ביי זיי א גאנצע זאך ווי מען קען מאכן דער מענטש זאל חזר'ן אלטע ווייטאג. ביים רבי'ן איז פארקערט, דער רבי זאגט איך האב ליב ווען מען פארגעסט וואס איז געווען און מען באנייט זיך, נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


פארגעסט פון די אלטע ווייטאג, הויבט אן פונדאסניי, און בעטס אויף שמחה. בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל פארגעסן אלע אלטע ווייטאג"; וועט איר זיין גליקליך און צופרידן.


א גוט שבת.


געבט א גרוס אייערע טייערע עלטערן.


 

#62 - יעצט איז די צייט זיך צו באנייען
בחור, שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות, שטעטל, התחדשות, בית המדרש, חסד, סיפורי צדיקים, ישיבה, יאוש, פורים, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין זייער הייליגע טעג, עס קומט יעצט די הייליגע פורים טעג, עס אז א צייט וואס מען קען זיך באנייען; "קִיְּמוּ וְקִבְּלוּ הַיְּהוּדִים" (אסתר ט, כז), זאגן די הייליגע חכמים (שבת פח.): "הַדוּר קִבְּלוּהָ בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", מען איז יעצט מקבל נאכאמאל די תורה; פארקערט וואס המן האט גע'טענה'עט (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה יג:) ווען המן האט פארגעשלאגן פאר אחשורוש צו הרג'ענען די אידן האט אחשורוש מורא געהאט, "אמר ליה מסתפינא מאלקיו", ער האט געזאגט איך האב מורא פונעם אייבערשטן, "דלא ליעביד לי כדעבד בקמאי", ער זאל נישט טון מיט מיר אזוי ווי ער האט געטון מיט אלע אנדערע וואס האבן געטשעפעט מיט די אידן, "אמר ליה ישנו מן המצות", האט המן געזאגט, דארפסט נישט מורא האבן, די אידן זענען אלט פון טון מצוות; דאס זאגט המן, דאס זאגט עמלק; אבער דער הייליגער רבי שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גִיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ! קַיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען!" הויב אן פונדאסניי.


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, זיי מותר, געב נאך; ביסט א ברסלב'ער חסיד - דארפסטו טון וואס דער רבי האט געזאגט. ווען בחורים פלעגן קומען צום רבי'ן פלעגט דער רבי אוועק שיקן, דער רבי פלעגט זאגן: "קום צוריק מיט א טלית". ווייל זוכה זיין צו טהרת המח והמחשבה איז נאר אז מען איז אן אדם השלם, מען איז חתונה געהאט. אויך האט דער רבי פארטריבן די וואס האבן נישט געהאט קיין שלום בית, ווייל ביים רבי'ן איז געווען זייער וויכטיג טהרת המח והמחשבה.


על כן בעט איך דיר זייער, לאז אפ די אלע מצוה'לעך וואס דו טוסט; לויף נישט אוועק פון שטוב מיטן אויסרייד אז דו גייסט טון חסד מיט דעם און מיט יענעם, בלייב אין שטוב, העלף דיין ווייב מיט די קינדער.


דעם שבת זאלסטו גיין אין שול, עס איז א חיוב צו הערן די קריאה פון שבת זכור, פון מחיאת עמלק. איך האב געזאגט אין שטעטל, אלע וואס דאווענען אין די שולן וואס מאכט זיך מזמן לזמן אז עס איז נישטא קיין מנין - דארפן די וואך מער אכטונג געבן עס זאל זיין מנין, און אז עס איז נישטא קיין מנין - דארף מען גיין צו א שול מיט מנין הערן די קריאה, עס איז א מצות עשה, און עס איז כדאי צו ברענגען די קינדער אפילו מען דארף גיין א ווייטע וועג.


איך וויל דיר בעטן, היות די בחורים אין ישיבה העלפן מיר זייער, זיי גייען פורים צאמנעמען געלט פון די וואס האבן א געפיל צו די ישיבה; אויב דו ווייסט פון חברים, משפחה און באקאנטע וואס נעמען אויף געלט גייערס און האבן א געפיל - זאלסטו זיך פארבינדן מיט שמעון פיש נרו יאיר, וועסטו מיר זייער העלפן.


עס קומט יעצט פסח מיר דארפן באצאלן די איינגעשטעלטע אויך דארף איך באצאלן חובות וואס איך האב געבארגט פאר די מוסד. בעט איך דיר, אויב דו קענסט העלפן מיט ברענגען אדרעסן - איז דאס זייער חשוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש
צדקה, חסידות ברסלב, שטעטל, התחדשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף דעם שבת שקלים צו קומען אין שטעטל. אויך וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל די קומענדיגע ימים טובים פסח און שבועות.


איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש, די געטרייע גבאים אברהם הערש און אברהם יושע דערציילן מיר ווער עס העלפט אויסהאלטן דעם בית המדרש. אויפהאלטן א בית המדרש קאסט געלט; לעקטער קאסט, געז קאסט, גארבעדזש קאסט, רייניגן; דער גוי וואס רייניגט, ער ווייסט נישט פון דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, ער בעט געלט, קאפי און מילך קאסט, אזוי אויך די פעיפער גודס; די אלע זאכן קאסטן.


מען דארף קוקן אויפן שול ווי די אייגענע הויז. מען קומט אינדערפרי דאווענען, מען איז זיך מחי' מיט א געשמאקע ריינע שול - דארף מען אנטייל נעמען און געבן צדקה פארן שול.


איך האב נאר אויסגערעכנט אפאר זאכן, עס איז נאך דא אסאך הוצאות, מען דארף פאררעכטן כסדר זאכן וואס צעברעכן זיך, אפגערעדט די שטייער וואס די שטאט בעט, דאס איז זייער אסאך געלט.


שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן. מען דארף זיך כסדר באנייען ביים רבי'ן, נישט זיין אלט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם"; ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - אז עס איז דיר טונקל, מאך זיך ליכטיג
תפילה והתבודדות, אמונה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, ל"ה שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר טונקל - מאך זיך ליכטיג, נעם אריין דעם אייבערשטן אין זיך.


דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.) יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער - זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן, און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר, ער הערט אויס יעדעס ווארט, עפן דיין מויל און רעד צו אים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר, "שֶׁ'מְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ'", אז דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה", און דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, "וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - א מענטש איז צוגעגליכן צום בוים, מיר קענען זיך גוט באנייען
התחדשות, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש השנה פאר די ביימער, אין פסוק שטייט (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", א מענטש איז צוגעגליכן צום בוים; מיר קענען זיך היינט גוט באנייען, אפילו מיר זענען געווען ביז היינט טריקן און טויט - קענען מיר היינט אנהויבן וואקסן, דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען.


די וואך איז די פרשה פון קבלת התורה, די עשרת הדברות איז געשריבן בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹהֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, "אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם", וואס איך האב דיך ארויסגענומען פון מצרים; דער אייבערשטער רעדט צו יעדן איינעם באזונדער, יעדער איד דארף טראכטן אז די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר אים, דער אייבערשטער רעדט צו אים און בעט אים: "זיי א איד, דין מיך".


באניי זיך, הויב אן מיט א פרישקייט צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אביסל חומש מיט תרגום מיט אביסל משניות און גמרא; זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין.


איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - פלוצלונג שפאלט זיך דער ים און אלעס ווערט מסודר
התחזקות, דרשות, התחדשות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, געב נישט אויף, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן. אזוי ווי אידישע קינדער זענען געשטאנען ביים ים און נישט געקענט טראכטן פון וואו עס וועט קומען די ישועה, און דער אייבערשטער האט געשפאלטן דעם ים, אזוי איז ביי יעדן איינעם יעדן טאג; מען זארגט זיך מיט אזויפיל זארג: 'פון וואו וועט קומען מיין הילף? ווען וועט קומען די ישועה און ווי אזוי?' און פלוצלונג שפאלט זיך דער ים און אלעס ווערט מסודר.


דער פראבלעם איז נאר אז עס ווערט א פרישע דאגה און מען פארגעסט אז נעכטן און אייער נאכטן און אייער אייער נעכטן האט מען אויך געזארגט און געמיינט אז עס איז עק וועלט און דער אייבערשטער האט געהאלפן, איז וואס זארגסטו מיט א פרישקייט? פארוואס זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן?


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט קומען צום שיעור. אויך וועט מען קענען מיטהאלטן די שיעור אין שטעטל, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד, קאנאדע; עס איז זייער וויכטיג צו קומען כאטשיג די איינמאל א וואך זיך אויפפרישן מיטן רבינ'ס שכל און רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - א גרויסע זכות צו מאכן די פרויען צוזאמקום
חברים, מאוויס, התחדשות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע זאך וואס איר טוט, אז איר מאכט ביי אייך אין שטוב די וועכנטליכע פרויען צאמקום. איר האט נישט קיין השגה וואס פאר א זכות דאס איז; די פרויען גייען אהיים מיט פרישע כוחות, פרישע לופט צו אטעמען; מען פילט זיך אן מיט אמונה, מיט חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן מיט די קינדער, מאן און אזוי ווייטער.


איר קענט אויפשפילן ביי די פרויען צאמקום זאכן פון בית פיגא אדער פון ישיבה, דאס איז נישט אין די גדר פון נישט קוקן ווידיא"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה"
חסידות ברסלב, התחדשות, בריוו, עצתו אמונה, יענער, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", עס איז דא דערין אזויפיל חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן; א לעבן מיט שלום בית, א לעבן מיט א גוטע געזונטע חינוך, א לעבן מיט יראת שמים, אויך איז דא אסאך התחזקות. אלעס איז גענומען פון ספר הקדוש "אשר בנחל" פון אונזער רבי ומנהיג מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט גענומען דעם רבינ'ס תורות און דאס אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן.


איך רעד צו אינגעלייט מקורבים, אנשי שלומינו, און איך הער אז זיי קומען נישט אן צו לערנען די בריוו; אזא שאד, מען איז שוין מקורב און מען האלט זיך נישט פריש.


פארשטייט זיך אז מען קען ליינען די בריוו אויף צוויי וועגן, אדער צו ווערן א צדיק, אדער (דניאל יב, ב): "לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעא). די וואס ליינען די בריוו צו אויסגעפונען וואס טוט זיך ביי דעם, וואס טוט זיך ביי יענעם – די נעבעך איז ענדערש זיי זאלן דאס נישט ליינען, ענדערש זאלן זיי תשובה טון, אבער מען רעדט דאך פון דער וואס וויל זיין אן ערליכער איד, ער וויל חיזוק און התחדשות; איז זייער וויכטיג צו לערנען די בריוו, און אויך אשר בנחל.


אשרינו און פארט אשרינו.

#55 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#54 - זיך האלטן פריש, נישט אלט ווערן
אמונה, חסידות ברסלב, רצונות, שבת קודש, התחדשות, ראש ישיבה, פירושים, בית נצחי, ירושלמי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


"הדרן עלך תלמוד ירושלמי והדרך עלן", מיר ענדיגן היינט גאנץ תלמוד ירושלמי און מארגן הויבן מיר אן נאכאמאל. עס איז א גוטע צייט דו זאלסט אנהויבן לערנען יעדן טאג דעם בית נצחי, א בלאט ב'בלי א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא, מיט דעם בויט מען זיך א ב'י'ת' נצחי בזה ובבא; דאס נעמט מען מיט, דאס וועט אונז באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


שבת איז ביי אונז געווען זייער שיין, א שבת ביים רבי'ן איז זייער גרויס; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַּׁבָּתִים שֶׁשּׁוֹבְתִים אֶצְלִי", די שבתים וואס מען קומט צו מיר, "הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", איז בעסער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת, און מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב חלק כג, מכתב ב' תתקנח): "אשרי מי שמתחבר עצמו עם אנשי שלומינו היקרים בעירו", וואויל איז דעם וואס קומט שבת זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, "שזה ממש כאילו ששבתו אצל רביז"ל", וואס דאס איז ממש אזוי ווי מען קומט א שבת זיין ביים הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי פארן דאווענען האבן מיר געלערנט פעולת הצדיק פון אמונה (סימן תתפג), ווי דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן אפלאזן חקירות נישט זוכן צו פארשטיין, נאר גלייבן באמונה שלימה.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי די קידוש לערנען מיר פאר ספורי מעשיות, מיר האלטן יעצט ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג), ביי די שטיקל ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי ער האט רחמנות געהאט אויף זיי און געשיקט די בעטלערס. האבן זיי אנגעהויבן וויינען און בענקען: "ווי אזוי קענען מיר היינט אויך זיין אזוי ווי דעמאלט, און שפירן ווי מיר קענען נישט אן די בעטלערס?" זיי האבן זיך געבענקט צו די צייט וואס זיי זענען געווען אזוי הונגעריג פאר די בעטלערס, דאס הייסט ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען שפירט אזא דורשטיגקייט, אזא הונגער, מען פריידט זיך צו יעדע ווארט וואס מען הערט פון רבי'ן, אבער מיט די צייט ווערט אלעס אלט, מען שפירט ווי מען ווערט שוין נערוועז צו הערן די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל; צו דעם האבן זיי געבענקט, און צו דעם דארפן מיר זיך כסדר בענקען, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט ווערן אלט, מיר זאלן אלץ זיין פריש, מיר זאלן בלייבן פרישע מקורבים.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די שיחה (שיחות הר"ן, סימן רס), רבי נתן דערציילט: "פַּעַם אַחַת דִּבֵּר עִמִּי וְהִפְלִיג בְּמַעֲלַת הַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַכִּסּוּפִין וְהַגַּעְגּוּעִים לִדְבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה", דער רבי האט אמאל גערעדט מיט אונז פון דאס גרויסקייט פון בענקען און וועלן טון גוטע זאכן, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ זוֹכֶה לַעֲשׂוֹתָם", אפילו מען איז נישט זוכה צו טון - "אַף עַל פִּי כֵן הַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַגַּעְגּוּעִים בְּעַצְמָן טוֹבִים מְאֹד", זאל מען בענקען און וועלן טון די זאכן. "וְאָז הֵבִיא רְאָיָה לָזֶה", און דער רבי האט געברענגט א ראי' צו דעם, אז ווילן און בענקען איז זייער א גרויסע זאך, אפילו מען קען נישט טון די גוטע זאך, "מֵהַדִּין הַמְבֹאָר בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ אֹרַח חַיִּים סִימָן ס"ב" (סעיף ד), עס איז דא אן הלכה, "שֶׁמִּי שֶׁהוּא בְּמָקוֹם שֶׁאֵינוֹ נָקִי וְאֵינוֹ יָכוֹל לִקְרוֹת קְרִיאַת שְׁמַע", ווער עס געפונט זיך אין א נישט ריינע פלאץ און ער קען נישט ליינען קריאת שמע, "יְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ", זאל ער טראכטן אין זיין הארץ.


"וּפֵרְשׁוּ שָׁם, שֶׁהַפֵּרוּשׁ הוּא: שֶׁיְּהַרְהֵר בְּלִבּוֹ שֶׁהוּא צָרִיךְ לִקְרוֹת קְרִיאַת שְׁמַע וְאֵינוֹ יָכוֹל, וְיִצְטָעֵר עַל זֶה וְהוּא מְקַבֵּל שָׂכָר עַל זֶה, עַיֵּן שָׁם", נישט ער זאל טראכטן פון קריאת שמע, מען טאר נישט טראכטן פון קריאת שמע אין א נישט ריינע פלאץ, נאר ער זאל טראכטן, עס איז אזא שאד אז איך קען נישט ליינען קריאת שמע, און ער זאל טראכטן, הלואי וואלט איך געקענט ליינען קריאת שמע, "נִמְצָא שֶׁהַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַגַּעְגּוּעִים שֶׁמִּצְטַעֲרִים לַעֲשׂוֹת הַמִּצְוָה", זעט מען פון דעם א קלארע ראי' אז בענקען, וועלן און האפן צו טון א מצוה, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְגָמְרָהּ", אפילו מען קען דאס נישט טון - "הֵם גַּם כֵּן יְקָרִים מְאֹד וּמְקַבְּלִים שָׂכָר עֲלֵיהֶם", איז אויך זייער חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


מיר האבן דאס אריינגעטייטשט אין פרשת השבוע (בראשית יח, א): "וַיֵּרָא אֵלָיו ה'", דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם אבינו, "וְהוּא יֹשֵׁב", ער איז געזיצן, "פֶּתַח הָאֹהֶל", ביים טיר פון געצעלט, "כְּחֹם הַיּוֹם", ווען די זון האט געברענט. דאס ווייסן מיר דאך, אז יעדע ווארט פון די תורה איז נישט נאר א סיפור הדברים וואס איז געווען, נאר יעדע ווארט פון די הייליגע תורה קומט אונז לערנען ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן.


טייטשט רבי נתן (לקוטי הלכות אבן העזר אישות הלכה ד', אות יט; ועוד), אז יֹשֵׁב איז א לשון פון עַכָּבָה - ווארטן, ווען א מענטש האט סבלנות, ער ווארט פֶּתַח הָאֹהֶל, ביים טיר פון קדושה; ווען מען זעט אז מען איז נישט זוכה אריין צו גיין אינעם טיר פון קדושה, דאך, אויב מען זיצט, מען ווארט ביים טיר; מען גליסט, מען בענקט, מען וויל זיין אן ערליכער איד - איז מען זוכה צו וַיֵּרָא אֵלָיו ה', דער אייבערשטער באווייזט זיך צו דעם מענטש, און אפילו ווען עס איז "כְּחֹם הַיּוֹם", עס ברענט אלע תאוות, עס פלאקערט דער יצר הרע, אויב מען בלייבט זיצן און ווארטן - איז מען זוכה צו אלע קדושות.


אלע צדיקים האבן זוכה געווען נאר ווייל זיי האבן זיך גע'עקשנ'ט, זיי זענען נישט אוועק פונעם אייבערשטן, "בְּחַצְרוֹת אֱלֹקֵינוּ יַפְרִיחוּ" (תהילים צב, יד), זיי זענען געבליבן אין חצר, דארט זענען זיי געוואקסן ביז זיי זענען געווארן צדיקים.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין פשוט פארנומען מיט די בחורים. אויך איז היינט געקומען צו מיר א גאסט פון ארץ ישראל, פון די אינגעלייט וואס העלפן מיר אויפשטעלן אין ארץ ישראל מוסדות; איך דארף גיין זיצן מיט אים, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - שמועס דיך אויס מיט'ן אייבערשטן יעדעס מאל נאכאמאל פון אנהויב
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחדשות, זיווג שני, גרים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די שידוך וואס מען רעדט דיר וכו'; דו אינטערעסיר זיך פארוואס זי האט זיך גע'גט די ערשטע מאל און פארוואס זי האט זיך גע'גט די צווייטע מאל. עס קען זיין אז זי איז א וואוילע און א גוטע, זי איז פשוט אריינגעפאלן. און גיי ארויס מיט איר, טרעף זיך מיט איר, רעד מיט איר און אז זי געפעלט דיר - גיי ארויס נאכאמאל; ביי זיווג שני איז כדאי צו רעדן מער ווי איין מאל.


בנוגע אז איר מאמע איז א גיורת; דאס דארף דיר בכלל נישט שטערן.


העיקר געב זיך איבער צום אייבערשטן, זיי זיך מבטל צום באשעפער. גיי התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין מאמע לשון, כדבר איש אל רעהו, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס. הויב אן פון אנהויב; יעדע מאל מען רעדט צום אייבערשטן - הויבט מען אן נאכאמאל פון אנהויב, כאילו דאס איז די ערשטע שמועס, דערצייל אים פון דיין לעבן, ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, דערצייל אים פארוואס דו האסט זיך גע'גט, אז זי האט אפגעלאזט די אידישע וועג, און דערצייל אים די שידוך וואס מען רעדט דיר, שמועס אויס אלע מעלות און בעט אים ער זאל דיר העלפן; אזוי וועסטו זיין קלאר וואס דו האסט צו טון.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס צו טון אין לעבן.


שרייב מיר אלע דיינע ספיקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - וואס זענען דיינע שיעורים? וואס זענען דיינע טואונגען?
עבודת השם, אומאן, ראש השנה, התחדשות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, וואס זענען דיינע שיעורים? וואס זענען דיינע טואונגען? זכרנו ימים מקדם, דיינע יונגע יארן אין ישיבה; האסט געלערנט משניות מיט אזא חיות, מיט אן אויסטערלישע פלייסיגקייט, עס האט דיר נישט אינטערעסירט קיין נייעס, קיין פאליטיק; איך האף דו האלסט נאך אן דיין פרישקייט, דיין חיות - בלימוד התורה.


טייערער ברודער, זיי קלוג; גרייט זיך אן אין די יונגע יארן מיט אסאך משניות און גמרא, ווייל נאר דאס בלייבט אויף די עלטערע יארן, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


איך האף דו האסט שוין טיקעטס פאר אומאן, מיר פארן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דינסטאג פרשת נצבים. מיר פארן קיין פוילן, פון דארט פארן מיר קיין אוקריינא, קיין אומאן, צום ציון קודש הקדשים; דער רבי וועט אונז מתקן זיין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#51 - אנשטאט זיך אויפעסן מיט אלטע זאכן, זאל מען אנהויבן פונדאסניי
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחדשות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו; איך זע אז איר ווילט זיין גוט, איר ווילט זיין א צדקת. איר זענט אריבער א שווערע יוגנט און דאס טרייבט אייך צו זיין דערביטערט, אבער אייער פנימיות איז לויטער.


דער הייליגער רבי האט אן עצה ווי אזוי צו האבן א חיים טובים: מען זאל פארגעסן וואס איז געווען, מען זאל אנהויבן פונדאסניי; אנשטאט זיך אויפעסן מיט אלטע זאכן - זאל מען אנהויבן פונדאסניי. אזוי זאלט איר טון, פארגעסט אייער יוגנט, הויבט אן פונדאסניי.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אויפגעבן, איך זע אין אייך און אין אייער מאן א שיינעם עתיד. ביי יעדן איינעם איז דא שוועריקייטן, ביי יעדע יונגע קאפל איז דאס שווערע טעג, עס נעמט צייט ביז מען באלאנצירט זיך.


רעדט ווייך צו אייער מאן - וועט ער רעדן צו אייך שיין און ווייך; אייער מאן איז א וואוילער, ער וויל נישט רעדן שטעכעדיג און ווי א האר וואס שאפט; ער פארלירט זיך, ער פארגעסט זיך; דארפט איר אים מאכן רעדן שיין דורכדעם וואס איר וועט רעדן צו אים שיין.


איך האף און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן כח איר זאלט זיך קענען דערהאלטן, איך האף און איך בעט אז איר וועט אויפציען שיינע ליכטיגע דורות.