בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ברסלב איז איין זאך; די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן
חסידות ברסלב, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט קוקן אויף דעם און אויף יענעם - וועסטו האבן אסאך חלישות הדעת; ברסלב איז איין זאך - די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן.


הער די שיעורים, לערן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, לערן די בריוו פון אשר בנחל, אויך זאלסטו לערנען די וועכנטליכע עצתו אמונה - וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיך נישט שטערן נישט דער און נישט יענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.