בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין אין מקוה ערב שבת גענוג פרי, נישט די לעצטע מינוט
מקוה, שבת קודש, הדרכות, ערב שבת

 בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א אינגערמאן ווי דו - וואלט ווען געדארפט גיין אין מקוה ערב שבת גענוג פרי, נישט די לעצטע מינוט; אז דו זאלסט נאך האבן גענוג צייט זיך אנטון בגדי שבת און אפווארטן אין שטוב דעם גרויסן גאסט, נישט לויפן ביים זמן אין מקוה ווי די פליטעס טוען.


מוהרא"ש זאגט, די עמי הארצים גייען אין מקוה נאכן זמן, וואס דעמאלט איז די צייט וואס די שדים זענען באשאפן געווארן; די פליטעס, די מענטשן וואס לעבן אן סדר און אן חשבון - די לויפן ביים זמן אין מקוה, און אסאך מאל קומט עס צו חילול שבת רחמנא לצלן.


טייערער ברודער גיי אין מקוה גענוג פרי, אז דו זאלסט נאך האבן צייט אהיים צו גיין, זיך אנטון שבת קליידער און זיין אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט, און זינג שיר השירים.


אז דו ווילסט קומען מיט דיין קאר צום שול - קען דיין ווייב צינדן פריער ווי דער זמן הדלקת הנרות, אזוי וועסטו קענען זיין ביים ליכט צינדן אין שטוב און קומען מיט די קאר און נישט מחלל שבת זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.