בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען ביים אנהויבן שרייבן
חנוכה, אמונה, הלכה, שרייבן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב געהערט די הודעה.


מען דארף אויסלערנען די תלמידות, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן זאל מען אנהייבן מיטן דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען, ווי צום ביישפיל בס"ד אדער ב"ה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די מקור קומט פון די הייליגע חשמונאים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה, יח:) די יוונים האבן גוזר געווען מען זאל נישט מזכיר זיין שם שמים, "וכשגברה מלכות חשמונאי ונצחום", און ווען די הייליגע חשמונאים האבן געווינען די מלחמה, "התקינו שיהו מזכירין שם שמים אפילו בשטרות", האבן זיי מתקן געווען מען זאל דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען נישט נאר ביים רעדן נאר אויך ביים שרייבן; מען לערנט אויס די קינדער, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן, שרייבט מען: בס"ד - די ראשי תיבות פון בסייעתא דשמיא, ב"ה - די ראשי תיבות פון ברוך השם, לה"ו - די ראשי תיבות פון לה' הארץ ומלואה, אדער: בעהי"ת בעזרת השם יתברך.


איך פריי זיך זייער אז מען לערנט הלכה, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער זאגט (ספר ויואל משה מאמר לשון קודש, אות לב; מט) מען זאל לערנען מיט פרויען און מיידלעך הלכות שבת, הלכות ברכות, וכדומה.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אין הלכה למעשה, ווייל אז מען וועט לערנען נאר די כללים, צום ביישפיל ביי הלכות בישול - אז מען וועט לערנען די הלכות פון כלי ראשון כלי שני, עירוי, לח, יבש - אן עס ארויסברענגען אויף אקטועל - וועלן די מיידלעך גארנישט וויסן; די ריכטיגע צוגאנג איז, נאכן ענדיגן הלכות בישול - אויסלערנען אויף למעשה; ווי אזוי מאכט מען שבת א קאווע? מעג מען שבת מאכן טיי? ווען לייגט מען די לאקשן שבת, אין די זופ? אדער אין טעלער איידער מען לייגט די זופ? מעג מען לייגן זאלץ אינעם טאפ נאכן איר אראפנעמען פון פייער? און וואס טוט זיך אין טעלער? דאס איז די ריכטיגע וועג צו לערנען.


אזוי אויך ווען מען לערנט הלכות יחוד שטעלט מען אין אנהויב אוועק די כללים, אבער מען מוז עס ענדיגן מיט אלע פרטים און פרטי פרטים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו זיין אפגעהיטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.