בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - היט די הלכות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ
שלום בית, הלכה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין דערציטערט פון וואס דו האסט געטון.


אז דו וועסט נישט היטן די הרחקות וועסטו באקומען א שטארקע קלאפ פון הימל; השמר והזהר זיך צו היטן אין די צייטן, איך ציטער פאר דיין לעבן און פאר דיין ווייב'ס לעבן. האסט יעצט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט דיר מוחל געווען אלע עבירות און שוין יעצט ביסטו אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן, היט די הלכות, היט די הרחקות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?!" "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: מיר האבן געהאלטן כמעט אלע הלכות אויסער איינצעלע זאכן האבן מיר נישט געהאלטן; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".