בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערן יעדן טאג אין שטוב א בלאט גמרא, דאס וועט ליכטיג מאכן די שטוב
שלום בית, חתונה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א בנין עדי עד, א קשר של קיימא מיט דורות ישרים ומבורכים.


מיר איז היינט שווער צו גיין אויף חתונות, איך בין זייער פארנומען, איך האב ממש נישט קיין איבריגע מינוט, איך גיי נישט צו קיין שמחות, נאר שמחות אין ישיבה.


לערן יעדן טאג אין שטוב א בלאט גמרא, דאס וועט מאכן א ליכטיגקייט אין שטוב, עס וועט מאכן שלום בית. דו וועסט שפירן גוט און דיין ווייב וועט זיך שפירן גליקליך מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.