בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך מיט די הענט, און דער אייבערשטער וועט העלפן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, התחזקות, פרנסה, נסים, השתדלות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פקודי, ה' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך זעען מיר אין די פרשה שטארקע חיזוק, די אידן האבן געברענגט די חלקים פון די משכן פאר משה רבינו עס אויפצושטעלן, משה רבינו האט נישט געוויסט וואס צו טון, ער האט פארשטאנען אז דאס איז נישט אין זיינע כוחות, א מענטש קען נישט אויפשטעלן אזא גרויסע משכן, אזעלכע שווערע ברעטער, שוועלן וכו'; האט משה רבינו געפרעגט דעם אייבערשטן (רש"י שמות לט, לג): "אֵיךְ אֶפְשָׁר הֲקָמָתוֹ עַל יְדֵי אָדָם", ווי איז מעגליך א מענטש זאל דאס אויפשטעלן? "אָמַר לוֹ, עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ וְנִרְאֶה כִּמְקִימוֹ, וְהוּא נִזְקָף וְקָם מֵאֵלָיו", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "דו מאך מיט דיינע הענט כאילו דו שטעלט עס אויף, און עס וועט זיך אויפשטעלן בדרך נס".


דאס איז זייער שטארקע חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדן מצב, מען דארף נאר אנהויבן טון און דער אייבערשטער העלפט. דאס איז סיי ביי פרנסה; ווען מען מאכט זיך חשבונות וויפיל מען פארדינט און וויפיל דאס לעבן קאסט, זעט מען אז עס איז נישט מעגליך זיך צו דעקן, א בחינה פון: "אֵיךְ אֶפְשָׁר הֲקָמָתוֹ עַל יְדֵי אָדָם", ווי איז מעגליך איך זאל קענען אנגיין מיט מיין משפחה? זאגט דער אייבערשטער: "מאך נישט קיין חשבונות, דו טו רצון השם, גיי ברענג פרנסה, טו עפעס און עס וועט זיך אויפשטעלן א שיינע שטוב".


נעכטן האט זיך מיר א אינגערמאן זייער אויסגערעדט אז עס קאסט אים א חודש דאס לעבן כך וכך, און לויט זיין געהאלט פעלט אים כך וכך חודש'ליך, עס איז נישט מעגליך ער זאל ווייטער אנגיין, דער אינגערמאן איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז יעדער צווייטער מענטש, מען מאכט זיך חשבונות און עס שטימט נישט; דארף מען וויסן און געדענקען אז א אידישע לעבן, א אידישע שטוב - איז א בחינה פון די משכן; ביים בית המקדש, זאגן די הייליגע חכמים (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", ווען מען האט אריינגעברענגט דעם ארון אין קדשי הקדשים האט מען געזען אז די חשבון שטימט נישט, מען האט געמאסטן מיט מעסטערס, מען האט געשריבן צעטלעך, עס האט נישט געשטימט, עס האט נישט געקענט אריינגיין אין קדשי קדשים מיטן שכל אנושי, למעשה איז געווען בדרך נס אז דער ארון איז געווען אין קדשי הקדשים; איי עס שטימט נישט, עס איז נישט מעגליך – אבער אזוי איז געווען. די נס איז נישט געווען איין טאג, איין שעה, א נס ווי קריעת ים סוף, וואס די וואסער האט זיך געשפאלטן פאר א שטיק צייט, די נס איז געווען הונדערטער יאר; יאר נאך יאר, חודש נאך חודש, טאג נאך טאג; דער ארון ליגט אין קדשי הקדשים, און לויט די צעטלעך שטימט עס נישט, לויט די מאס קען דאס נישט זיין, מען קוקט אויפן צעטל און עס שטימט נישט, אבער מען קוקט אריין אין בית המקדש זעט מען אז דער ארון ליגט דארט.


אזוי דארף מען לעבן, מאך נישט קיין חשבונות מיט צעטלעך, מען האט גארנישט פון רעכענען נאכאמאל און נאכאמאל וויפיל דאס לעבן קאסט און וויפיל מען פארדינט, מען דארף מאכן אן אנדערע חשבון; עס איז דא א באשעפער, און אז מען רעדט צו אים און מען בעט אים - געבט ער, און ווער רעדט נאך אז מען וויינט זיך אויס צו אים, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך קען נישט מער, די חובות דרוקן מיר, העלף מיר איך זאל קענען אהיימברענגען געלט פאר מיין ווייב און קינדער, הייליגער באשעפער איך ווייס איך בין זיך אליין שולדיג, איך האב געזינדיגט, הרעותי מעשי וקפחתי את פרנסתי, איך טו יעצט תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל, איך האב חרטה אויף אלע מיינע נישט גוטע מעשים, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה און געב מיר שפע".


טייערע ברידער אין ארץ ישראל, נעמט אן די פאר ווערטער וואס איך שרייב מיט גרויס איילעניש, עס ווערט שוין שבת ביי ענק, איך מוז שוין שיקן דעם בריוו; איך האב נאך אסאך אסאך צו שרייבן פון די זאך פון מאכן מיט די הענט און די משכן ווערט אויפגעשטעלט, 'עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ וְנִרְאֶה כִּמְקִימוֹ'; דאס איז מיט אלעס, דאס איז מיט שלום בית, דאס איז מיט חינוך הילדים, דאס איז מיט יעדע פרט אין לעבן; מיר קענען גארנישט, מיר דארפן נאר טון וואס דער אייבערשטער זאגט, און דער אייבערשטער העלפט, "וְהוּא נִזְקָף וְקָם מֵאֵלָיו", עס ווערט געטון.


נאך א בחינה, 'עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ' מאך מיט די הענט, הייב אויף דיינע הענט צום אייבערשטן מיט תפילה.


איך דארף מקצר זיין, עס איז שוין דער זמן ביי ענק.


א פרייליכן שבת.