בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארק זיך עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה, גליון, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות; וויפיל אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט'ן קונטרס "עצתו אמונה", אזויפיל מענטשן ווארטן יעדע וואך צו באקומען דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה".


דעריבער שרייב איך דיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן די גרויסע זכות פון דרוקן די הייליגע בריוון וואס אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק דורכדעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


שטרענג זיך אן מיט אלע כוחות עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס, ווייל מיר האבן א נייע דור וואס ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; די תלמידי הישיבה און תלמידות בית פיגא פארשטייען נישט צו קיין צייטונגען און מאגעזינען, זייער ליין מאטריאל איז נאר דער "גליון היכל הקודש" און דער "קונטרס עצתו אמונה". זאלסטו פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין גרייט א קונטרס יעדן ליל שישי, אז אלע משפחות זאלן דאס קענען אהיים טראגן און האבן אן עונג שבת.


איך האף אז מיט די צייט וועט זיין וועכנטליך נאך גליונות און קונטרסים; די חדר וועט ארויסגעבן א צעטל און די סקול וועט ארויסגעבן וואס צו ליינען, אז די נייע דור וועט נישט דארפן זוכן וואס צו ליינען פון פרעמדע השקפות.