שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען די ווייב הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א הארציגן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א בלאזט אריין אין מיר, ספעציעל די חיזוק יומי וואס איך באקום טעגליך, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב באקומען א ווייב וואס הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער. נישט סתם זי שרייט אויף זיי, נאר זי קלאפט זיי זייער שטארק אראפ, צום ביישפיל "ביסט stupid, ביסט slow, ביסט silly, ביסט א בעיבי, און אזוי ווייטער אזעלכע סארט לשונות, און נאך ערגערע, שרייט זי אויף זיי כסדר.


איך בין בטבע זייער א סענסיטיווער מענטש, און יעדעס מאל איך הער ווי אזוי זי קלאפט זיי אראפ מיט אלע סארט שלעכטע ווערטער, שפיר איך ממש צו וויינען, עס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך האלט ממש נישט אויס פאר זיי. ווי אזוי וועלן זיי קענען אויפוואקסן געזונט, ווען די מאמע קלאפט זיי אזוי אראפ א גאנצן טאג?


ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? און ווי אזוי איך האבן שלום בית מיט איר? ס'איז ממש דאס גיהנום אליין.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס זי שרייט און זידלט די קינדער - קומט נישט פון שלעכטיגקייט; זי טוט דאס ווייל אזוי האט מען איר מחנך געווען. מען האט אויף איר געשריגן טאג און נאכט די סארט ווערטער דערפאר זאגט זי דאס איבער פאר אירע קינדער, מיינענדיג אז דאס איז די וועג פון חינוך הבנים, ווען באמת איז דאס א גרויסע סכנה פאר די קינדער.


מאך זיך א שיעור מיט דיין ווייב אין די נייע אידישע קונטרסים: "געדולד צו קינדער"  און "אידיש נחת"; דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אויף א גוטע וועג, דאס הארבקייט פון טשעפען קינדער מיט נישט שיינע ווערטער און וואס עס פאסירט ווען מען טשעפעט זיי מיט מיאוס'ע ווערטער, זיי לויפן נאכדעם אוועק פון שטוב און זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט די עלטערן וכו'.


ווען זי וועט לערנען די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים, זי וועט וויסן אז דאס איז נישט די וועג, וועט זי שוין מער נישט שרייען אויף די קינדער די אלע ווערטער.


זיי דן דיין ווייב לכף זכות און קוק אויף איר מיט א גוטע אויג; זי איז נישט שולדיג, ווייל מען האט אויף איר געשריגן די אלע ווערטער אין אירע קינדער יארן און זי מיינט אז דאס איז די וועג פון חינוך. קוק נישט אויף איר מיט רציחה; ווען דו וואלסט געהאט דעם עבר וואס זי איז אריבער וואלסטו געווען אסאך ערגער, דו וואלסט שוין לאנג אפגעלאזט וכו'. אז דו וועסט קוקן גוט אויף איר, דו וועסט קוקן אויף איר מיט רחמנות אויגן וועט זיך אלעס טוישן לטובה.


אויב דו ווילסט באמת די טובה פון דיינע קינדער זאלסטו לעבן בשלום מיט דיין ווייב; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער ווי דאס לעבן בשלום און מיט ליבשאפט מיט דיין ווייב. קינדער זענען גאר גוטע מבינים, זיי ווייסן און שפירן ווען די עלטערן זענען בשלום און ווען מען איז ברוגז, ווען זיי שפירן ווי די עלטערן זענען נישט בשלום טוט זיי דאס זייער וויי, ווער רעדט נאך אויב זיי זעען מיט זייער אויגן ווי מען קריגט זיך, דאס ברענגט אריין אין זיי גרויסע פחדים און זיי וואקסן אויף פעלערדיג.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליינס, גוטע קינדער באקומט מען לויט וויפיל מען בעט און מען וויינט צום אייבערשטן. אפילו דיינע קינדער זענען נאך גאר קליין זאלסטו בעטן דעם באשעפער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג היינטיגע צייטן ווי מען זעט נעבעך קינדער פון די שענסטע שטובער גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, און די איינציגסטע עצה אויף דעם איז צו בעטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.