לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד שוין זיבן יאר צום גוטן, איך לערן מיט די קינדער און איך בין ברוך ה' זייער מצליח. איך וויל נישט שטערן און אוועקנעמען די טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער איך שפיר אז איך בין א שליח ציבור פון די 24 קינדער וואס לערנען ביי מיר, און איך טאר זיך נישט צוריק האלטן פון פרעגן.
דאס איז איבער דעם ענין פון שלאגן קינדער, איך פארשטיי אז דער ענין איז זייער פארדרייט געווארן ביי מלמדים, סיי אז מ'האט געשלאגן פון כעס אן דעם וואס דאס קינד זאל אפילו וויסן פארוואס ער כאפט, און סיי אז מ'האט געשלאגן קינדער ווייל זיי האבן נישט געקענט דאס לערנען אדער פאר'ן זיך פאר'חלומ'ן, און אזוי ווייטער.
איך אלס מלמד האב אויך געגעבן פעטש פאר קינדער, אבער נאר פאר חוצפה, און אויך נאר ווען איך בין נישט אין כעס, און אויך ווען דאס קינד ווייסט פארוואס ער באקומט עס. געווענליך פלעג איך עס טון נאר אנהויב יאר, ווען עס מאכט זיך אלץ דער ערשטער מחוצף וואס וויל אויספרובירן דעם מלמד, אדער צומאל עטליכע, און זיי האבן געכאפט און נאכדעם האבן שוין אלע קינדער געוואוסט אז חוצפה איז נישט אקצעפטירט אין דעם קלאס.
דאס יאר האב איך מאיזה סיבה שיהיה פארקוקט אנהויב יאר, און איך האב נאר גערעדט, "הער אויף", "רעד נישט ווען א רבי רעדט", "מען קען נישט זיצן אויפ'ן רבינ'ס פלאץ", אבער למעשה האב איך פארשפילט דאס יאר, עס איז געווען א יאר פון חוצפה, איך האב שטארק חרטה געהאט פארוואס איך האב נישט איינגעשטעלט סדר אין כיתה אנהויב יאר, אבער עס איז צו שפעט יעצט, די כיתה פארט שוין אויף רעדער.
איך וויל הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון די קומענדיגע יאר הבעל"ט, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם, איך הער אז דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.
יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, און אלעס.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געב אכטונג נישט צו שלאגן קיין קינדער, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שלאגן קינדער. בדרך כלל, ווען קומט אויס א מלמד זאל שלאגן קינדער? ווען דער מלמד איז נערוועז און אנגעצויגן, ער איז נישט געשלאפן געהעריג ביינאכט, ער איז הונגעריג וכדומה, דעמאלט פאסירן די אלע מעשיות פון שלאגן קינדער השם ישמרינו; קינדער פרובירן אויפצורעגן דעם מלמד, זיי טוען ווילדע זאכן, זיי ווילן זען אויב עס גייט זיי געלונגען אויפצורעגן דעם מלמד; אויב דער מלמד פארלירט זיך און שלאגט די קינדער - דאן האט ער אלעס פארלוירן, ווייל די קינדער זעען אז מען קען אים אויפרעגן און אים ארויסנעמען פון די גלידער, גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג, די פעטש שטעלט זיי נישט אפ.
דעריבער ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף יח) אז א מלמד טאר זיך נישט מסגף זיין; מען דארף גוט עסן און גוט שלאפן, זיין זאט און אויסגערוט, כדי צו האבן אייזערנע נערווען פאר די קינדער. א מלמד וואס איז גוט אויסגערוט און גוט זאט, ווען א קינד וויל אים אויפרעגן - פארלירט ער זיך נישט, ער ווערט נישט נערוועז, ער שלאגט נישט, אדער מאכט ער זיך ווי ער זעט נישט. רוב מאל איז דאס די וועג מיט די קינדער וואס זוכן צו אויספרובירן דעם מלמד, מען זאל זיך מאכן ווי מען זעט נישט, מען זאל ווייטער אנגיין מיט די סדר היום, און ווען דער קינד זעט אז ער האט נישט מצליח געווען - הערט ער אויף צו שטערן, און ווען מען דארף יא זאגן, מען קען נישט פארזען - דעמאלט געבט מען א קנס אדער באקומט נישט דער קינד א גוטע זאך וכו'; אבער ער שלאגט נישט, ער האלט זיך רואיג.
די שטערקסטע זאך וואס א מלמד קען טון מיט קינדער וואס מען דארף זיי לערנען דרך ארץ וכדומה - איז נישט ארויסלאזן ביי הפסקה; מען הייסט זיי בלייבן זיצן אין כתה דורכאויס די צייט וואס די קינדער גייען זיך שפילן, דאס שטעלט א קינד אין פלאץ. פארשטייט זיך דער קינד וועט פרובירן אלע מיטלען צו קענען גיין שפילן, ער וועט שרייען, ער וועט וויינען און פארפירן, אבער אז דער מלמד בלייבט שטארק, ער ווערט נישט פארלוירן, ער זאגט דעם קינד: "היינט האסטו געשטערט די כתה, קענסטו נישט ארויסגיין שפילן", "היינט ביסטו געווען נישט דרך ארץ'דיג - וועסטו בלייבן דא"; דער קינד וועט וויינען, ער וועט ווילדעווען אבער ער וועט זיך בארואיגן און ביז אפאר מאל וועט ער פארשטיין אז ער דארף זיך פירן מיט דרך ארץ.
נאך א וויכטיגע זאך צו וויסן, מען טאר נישט ווייזן פארלוירנקייט פאר די קינדער. אז דער קינד הייבט אן פארפירן, ער קען נישט נעמען די עונש, די קנס וכו'; אז דער מלמד ווערט שוואך און ער זאגט פאר'ן קינד: "אוקעי, יעצט קענסטו גיין, איך בין דיר מוחל", האט דער מלמד פארלוירן אלעס, ער האט גארנישט אויפגעטון; די קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם מלמד איז א ווארט, אז מען האט אים געזאגט בלייבן אין כתה בלייבט עס אזוי, מען זאגט רואיגערהייט פאר'ן קינד: "מארגן וועסטו קענען גיין שפילן".
פארשטייט זיך מען דארף האבן שכל, מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס; ווען יא צו געבן אן עונש און ווען נישט; נישט אויף יעדע זאך געבט מען אן עונש, אבער ווען מען געבט שוין יא, דארף מען זיין זייער שטארק מיט דעם.
עס איז זייער א גוטע זאך אז מלמדים און מחנכים זאלן געבן פרסים, און מיט דעם קען מען אויך אויפטון זיי מחנך זיין אויף דרך ארץ. די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג, זיי באקומען, און א קינד וואס פארפירט און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף - ער באקומט נישט די פרס, פרסים איז א שטארקע מיטל פאר'ן מלמד.
אויב א קינד שטערט די לימודים מיט א זאך וואס ער האט געברענגט פון שטוב - נעמט מען אוועק די זאך און מען געבט דאס נישט צוריק פאר אפאר טעג, אזוי לערנט ער זיך אויס נישט צו שטערן מער, אפילו דער קינד קומט וויינען און שרייען אז ער דארף צוריק די שפיל, לערנט מען אים אויס, מען זאגט אים: "ניין, דו באקומסט נישט צוריק די שפיל; האסט געשטערט דאס לערנען וועסטו דאס נישט קענען האבן פאר א וואך". אזוי און דאס גלייכן קען מען מחנך זיין די קינדער, אבער נישט שלאגן; שלאגן איז בכלל נישט קיין חינוך, שלאגן מאכט נאר ערגער, שלאגן ווייזט אז דער מלמד איז שוואך און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אין כתה.
א מלמד דארף זיין זייער שטארק שטענדיג געדענקען דעם כלל וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מא.): "שמאל דוחה וימין מקרבת", פון איין זייט זיין שטארק, אבער אין די זעלבע צייט - זיין ווייך, ווייזן א שטארקע ליבשאפט פאר די קינדער. דער מלמד דארף געדענקען אז די כתה איז נישט קיין תפיסה, די תכלית איז נישט איינצושפארן די קינדער, בינדן די קינדער מיט קייטן, זיי זאלן שפירן ווי זיי זיצן אין תפיסה, די כתה דארף זיין אין די אויגן פונעם מלמד און ביי די קינדער - ווי א פאלאץ, די חדר איז די פאלאץ פונעם אייבערשטן; אין כתה לערנט מען פונעם אייבערשטן, דער מלמד דארף שטענדיג רעדן צו די קינדער אז דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, און ער איז אלעס.
אז מען שטעלט אוועק די כתה אויף דעם אופן דארף מען בכלל נישט שלאגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.