שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען מען זאגן מען דארף נישט פארשטיין לערנען?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז כמים קרים על נפש עייפה. נאר איין זאך אין וואס איך בין נאכנישט קלאר איז מיט'ן מהלך הלימוד וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר נאך בשם מהרא"ש זי"ע, אז מען זאל זאגן משניות און גמרא און דאס ברענגט אסאך טהרה און תיקונים.


ווען מען קוקט אבער אריין אין עטליכע מאמרי חז"ל זעט מען אביסל אנדערש, די גמרא אין מסכת סוטה (כ"א ע"ב וכ"ב ע"א) זאגט "איזהו רשע ערום, עולא אמר זה שקרא ושנה ולא שימש תלמידי חכמים", און ווי רש"י איז דארט מסביר בפשטות, "זה שקרא מקרא ומשנה ולא ללמוד סברת הגמרא בטעמי המשנה וכו' וערום הוא שהשומע את קולו שונה משניות כסבור הוא שבקי בטעמיהם ונוהגין בו כבוד כתלמידי חכמים", און די גמרא שרייבט ווייטער "אתמר קרא ושנה ולא שימוש תלמידי חכמים, ר"א אומר הרי זה עם הארץ, רשב"נ אמר הרי זה בור, ר' ינאי אמר הרי זה כותי, ראב"י אמר הרי זה מגוש, אמר רב נחמן בר יצחק מסתברא כראב"י דאמרי אינשי רטין מגושא ולא ידע מאי אמר תני תנא ולא ידע מאי אמר", זעט מען די שארפקייט און הארבקייט פון לערנען און נישט פארשטיין.


אזוי אויך שרייבט די גמרא "אחרים אומרים אפי' קורא ושונה ולא שימוש ת"ח הרי זה עם הארץ", דער אויסדריק "עם הארץ" איז א פארשעמונג אזוי ווי "הרי זה בור", נישט סתם אז ער קען נישט לערנען.


די גמרא זאגט ווייטער, "ירא את ה' בני ומלך ועם שונים אל תתערב, אמר רב יצחק אלו ששונים הלכות, פשיטא, מהו דתימא שונים בחטא ק"ל", רש"י איז מסביר "ששונין הלכות, שלא שימשו לת"ח ולא הקפידו על טעמי המשניות".


אזוי אויך ווערט געברענגט אין מדרש רבה (ויקרא ג' ז') "קרא אדם ולא שנה, עדיין בחוץ עומד, שנה ולא קרא, עדיין בחוץ עומד, קרא ושנה ולא שימוש עדיין ת"ח, דומה למי שנעלמו ממנו סתרי תורה וכו', אבל קרא אדם תורה נביאים וכתובים ושנה משנה מדרש הלכות ואגדות ושמש תלמידי חכמים אפילו מת עליו או נהרג עליו הרי הוא בשמחה לעולם, לכך נאמר על כן עלמות אהבוך, מחרשת עמוקה מעשיה רוחשין".


ווען מען קוקט אריין ביים מקור אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו) זעט מען נישט דארט אז מען זאל לערנען אן פארשטיין, נאר "מהירות גדול רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו", דאס וואס דער רבי זאגט "שאין צריכין בלימוד אלא באמירא לבד לומר הדברים כסדר", לכאורה קוקט עס אויס אז מען דארף זאגן באמירא בעלמא, אבער ווי ער זאגט גלייך נאכדעם "וממילא יבין", זעט מען אז ער האט געהאט א מהלך אז מען וועט פארשטיין פון לערנען במהירות, ווייל אלעס ווערט פארענטפערט ווען מען לערנט די גאנצע ענין, נישט אז מען שטעלט זיך אפ ביי יעדע ווארט, אבער נישט אז מען זאל בכלל נישט פארשטיין, אזוי ווי ער שרייבט ווייטער "ואם ישארו איזהו דברים שאע"פ כן לא יכול לעמוד על כוונתם מה בכך", זעט מען אז דער רבי האלט אז מען מעג בלייבן מיט קשיות, אבער ווען ער פארשטייט וואס ער האט געזאגט.


ידעתי וגם ידעתי אז עס דרייען זיך הונדערטער בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שייכות מיט תורה און מען דארף זיי אריינשלעפן משכהו לבית מדרש, וואס דורכ'ן זאגן ברענגט עס א טהרה מיט א תיקון, אבער עס שטעלט זיך נישט אפ דא, עס איז דא א המשך, ווי די גמרא רימט אויס א בלאט פריער (סוטה כ"א ע"א) "פרשת דרכים, זה תלמידי חכמים לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא", ווי רש"י איז מסביר דארט, ווען א ת"ח קומט דארטן אן און דבריו נשמעין, איז עס די העכסטע זאך.


ביי איינע פון די שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מען האט געעפנט דעם בית הוראה אין שטעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט פאר די כולל אינגעלייט, וואס זיי זענען אנגעקומען לכאורה צו לערנען אביסל מער, דאס וואס דער רבי שרייבט אויך אין שיחה ע"ו אז מען זאל לערנען ט"ז מג"א באר הגולה פרי חדש עטרת זקנים, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.


דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויס געברענגט דארט ביים לחיים די חשיבות פונעם זיידן וואס על שמו הייסט די בית הוראה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעיר געווען און געזאגט, "אין די צייט וואס מען שטייט אויף אן הלכה, קען מען זיך אויסוויינען ביי אהבה רבה", עס האט מיר אביסל געבאדערט, דאס הייסט אז דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט בכלל נישט ארויס די חשיבות פון אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס איז דער עיקר, נאר מיט א מאך אוועק, ענדערש וויין דיך אויס ביי אהבה רבה.


א גרויסן יישר כח פאר אלע זאכן, דער ראש ישיבה שליט"א האט א מורא'דיגע כח, זאל דער אייבערשטער געבן כוחות אויף ווייטער געזונטע לאנגע יארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער מאכט אוועק לערנען? ווער זאגט מען זאל נישט פארשטיין קיין לערנען?! פון וואס רעדסטו בכלל? דער הייליגער רבי זאגט דען מען זאל נישט לערנען?! דער רבי רעדט פון אנהויב, א וועג ווי אזוי מען זאל צוקומען צו פארשטיין לערנען, אז מען זאל אין אנהויב נישט זוכן צו פארשטיין און צוליב דעם אויפהערן לערנען, אויף דעם זאגט דער רבי מען זאל אפילו זאגן די ווערטער ביז מען קומט אן אז מען הויבט אן פארשטיין.


איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט מען זאל נישט פארשטיין לערנען, ווער איז דען נישט מודה אז מען דארף לערנען און פארשטיין לערנען?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן קלאר (ברכות ו:): "אגרא דשמעתא סברא", זאגט רש"י: "שהוא יגע וטורח ומחשב להבין טעמו של דבר", ער פלאגט זיך צו פארשטיין די טעם פון די זאך; אבער וואס זאלן טון די אלע וואס פארשטיין נישט דאס לערנען און דאס האלט זיי צוריק פון האבן א שייכות מיט די תורה? צו זיי קומט דער רבי און געבט זיי דעם סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען, "וְאָמַר", און דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר', שֶׁנֶּאֱמַר, 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וְכוּ'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'. "אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ, וּמִדְרָשִׁים, וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן אדורכלערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ווערט נאך געברענגט אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים, (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", און דער מהר"ל מפראג זכותו יגן עלינו זאגט (חידושי אגדות, שם) אזוי אויך דער חיד"א זכותו יגן עלינו (פתח עיניים, שם) אז דורך זאגן די אותיות פון די תורה ווערט אויסגעלייטערט די נשמה פונעם מענטש, און אזוי איז מען זוכה שפעטער צו פארשטיין די תורה, דורך זאגן די הייליגע ווערטער פון די תורה ווערט מען ריין און לויטער, ביז מען איז זוכה צו קענען משיג זיין אלוקית און צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.


זיי נישט קיין בטלן, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה; הויב אן מיט חומש רש"י און נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משניות און אין גמרא, אין אנהויב זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער הייליגער זוהר זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין - "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פרייט זיך מיט דעם, "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): "בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


פאלג דעם רבי'ן, לייג אוועק אלע חכמות, לייג אוועק אלע ליצנות, קיינער זאגט נישט מען זאל נישט לערנען בעיון, נאר דער פאקט איז אז רוב מענטשן קענען נישט לערנען בעיון, דעריבער עפנט מען נישט אויף א חומש און נישט קיין משניות, און ווער רעדט נאך פון א גמרא און אזוי ווייטער, און ביז דערווייל גייט אריבער דער לעבן און מען גייט צוריק צום אייבערשטן נאקעט, אן קיין תורה, אבער מיטן רבינ'ס דרך הלימוד קומט מען אן צו לערנען סיי שנעל און סיי בעיון און מען גייט אוועק פון די וועלט אנגעפילט מיט אלעס גוטס.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.