שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס רעדט מען אין ברסלב מיט אזא ברייטקייט איבער'ן צדיק?
חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, אמונת חכמים, סיפורי צדיקים, חסד, בלבולים, קשיות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, אבער ס'איז דא אסאך זאכן אין ברסלב וואס שטערט מיר זייער שטארק, בפרט דער ענין ווי אזוי מ'רעדט פונעם צדיק מיט אזא ברייטקייט. צום ערשט האב איך זיך געוואלט בארואיגן אז ס'איז נאר די וועג ווי אזוי ברסלב'ע חסידים רעדן, אבער אין די ספרים זעט מען אויך די זעלבע, למשל די לשונות, "דער עיקר איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק", "אלעס ווערט געטון דורכ'ן צדיק האמת", דאס שטערט מיר זייער.


אויך הער איך אסאך פון אנדערע חסידות'ן ווי אזוי מ'מאכט אוועק ברסלב, "ס'איז נישט אונזער דרך", "יעדער דארף גיין לויט זיין שורש נשמה", "פארוואס זענען די פריערדיגע צדיקים נישט געגאנגען אויף דעם דרך", "דער רבי איז טאקע יא גוט, אבער רבי נתן האט פארדרייט", און דאס מאכט מיר פילע בלבולים.


אויך שטערט מיר די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן, ווען די חסידים האבן אים געשיקט קויפן בייגעלעך און ער איז געווארן זייער דערביטערט אויפ'ן וועג וכו'. פארוואס האט אים אזוי געשטערט צו גיין קויפן די בייגעלעך, ביי חסידישע אידן ווייסט מען דאך אז מיט איין טריט פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך. בכלל מיין איך אז אין ברסלב רעדט מען נישט אזויפיל פון חסד און מדות טובות ווי ביי אנדערע חסידות'ן.


בקיצור, איך בין פול מיט בלבולים איבער ברסלב, און איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער וועג איז. דער עיקר האב איך מורא אז ווען איך וועל אויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך אפשר געוואויר ווערן אז דער ברסלב'ער דרך איז בכלל נישט עפעס ספעציעל, און איך האב נישט געדארפט ליידן אזויפיל דערפאר.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם קאפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א וויכטיגע שאלה, אסאך האבן די שאלה; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר דאס געבן צו פארשטיין.


דאס ווייסטו אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט נאר פאר איין סיבה, מיר זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער. אלעס וואס ער האט באשאפן אויף די וועלט איז נאר פאר די איין סיבה - מיר זאלן מכיר זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (בא מב.): "בְּגִין דְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּן לֵיהּ", - מיר זאלן וויסן פון אים; מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס איז דא אויף די וועלט - איז ער אליינס, נישטא קיין שום זאך וואס גייט פון זיך אליין, קומט פון זיך אליין, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


דעריבער דארף מען לעבן מיט דעם, מען דארף זוכן ארויסצונעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן. דער רבי הייבט אן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר", א איד דארף שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען זען דעם אייבערשטן און אין יעדע זאך וואס מען הערט דארף מען הערן דעם אייבערשטן, ווייל אין יעדע זאך וואס מען זעט און הערט - ליגט באהאלטן דער אייבערשטער; און דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים, זיי זוכן שטענדיג דעם אייבערשטן, פון יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף זיי הערן זיי און זעען זיי נאר אלוקית, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", די וועג פון די הייליגע צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי א שטארקע ליכט, "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", עס איז אזוי ווי א ליכטיגקייט וואס שיינט אלץ שטערקער און שטערקער, עס איז זיי אזוי ליכטיג אזוי ווי די זון וואס שיינט; די אמונה איז ביי זיי אזוי קלאר אזוי ווי די שטערקסטע ליכט.


די הייליגע צדיקים - זיי זעען נאר אייבערשטער און זיי הערן נאר אייבערשטער; אפילו פון די נייעס וואס טוט זיך אין די וועלט הערן זיי נאר אלוקית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל, "וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים", אפילו פון די וועלטליכע נייעס, נייעס פון די אומות העולם, "צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", - הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צו, ג): "סַפְּרוּ בַגּוֹיִם כְּבוֹדוֹ", פון די נייעס ביי די פעלקער - קומט ארויס כבוד פאר'ן אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל באהאלטן, ער וויל מיר זאלן אים זוכן און געפונען.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דער רבי רעדט אזויפיל פון קומען צו א צדיק, פון זיין צוגעבינדן צום צדיק; ווייל צו קענען צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן דארף מען האבן איינער וואס זאל דאס אריינברענגען אין אונז, מיר אליינס זענען זייער ווייט פון דעם, מיר דארפן רחמי שמים צו זיין פשוט'ע אידן, ווי קענען מיר בכלל אנקומען צו אזא שכל - צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, גיין מיט'ן אייבערשטן, ארויסנעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן? נאר דורך התקרבות להצדיק.


אן א צדיק איז נישט שייך צוצוקומען צו די מדריגה, בפרט דער וואס פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך איינער וואס ליגט אין תאות ניאוף השם ישמרינו, ווי קען מען צוקומען צו זיין בטל צום אייבערשטן? ווי קען אריינגיין אין א פארגרעבטע קאפ - איידלקייט און לויטערקייט? ער טראכט דאך נאר עבירות, ער זעט נאר עבירות, ווי קען אזא איינער צוקומען צו וויסן פונעם אייבערשטן? נאר דורך א צדיק; דער צדיק איז אזוי גרויס און אזוי הייליג און ער לאזט זיך אראפ צו אונז פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), דער צדיק קען נעמען די גרעסטע השגות און דאס געבן צו פארשטיין פאר אונז וואס מיר זענען א בחינה פון שכל קטן, ער ברענגט אריין אין די נידריגסטע מענטשן די גרויסע שכל, אז אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


אן א צדיק קענען מיר נישט צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אן א צדיק זענען מיר וואס מיר זענען; מיר ליגן וואו מיר ליגן, אין אונזערע נארישקייטן; יעדער איינער אין זיינע נפילות, אין זיינע פארגרעבטקייטן. דער צדיק האט רחמנות, ער איז זיך מוסר נפש פאר אונז אז מיר זאלן אויך האבן א געפיל אין תורה און מצוות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז) דער צדיק איז דער גרעסטער רחמן, ער האט אמת'ע רחמנות; ער נעמט מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן און ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצט): "אִי אֶפְשַׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי אִם כְּשֶׁמִתְקַרְבִין לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁבַּדּוֹר", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען איז מקורב צום צדיק הדור, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט - "זֶּה לְעוּמַת זֶּה, עָשָׂה הָאֱלֹקִים", אנטקעגן קדושה איז דא טומאה, אנטקעגן די אור אין סוף ברוך הוא, די גרויסע ליכטיגקייט וואס שיינט פונעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט - איז דא דער סמ"ך מ"ם אליינס וואס פארשטעלט אלעס און באהאלט אלצדינג דורך שלעכטע מידות און עקלדיגע תאוות; תאות ניאוף, תאות ממון, תאות אכילה ושתיה, תאות הכבוד והשררה און תאות הנצחון וכו', די אלע תאוות רעות פארשטעלט דעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען האבן א צדיק וואס ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן איינס מיט'ן אייבערשטן, אינגאנצן נכלל ווערן אינעם אין סוף ברוך הוא; דורך אים וועלן מיר אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגות.


דער צדיק האט א כח, ער קען נעמען מענטשן וואס זענען גאר ווייט פון די קדושה, מענטשן וואס ליגן אין שאול תחתית - און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן אליין. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.


איך האף אז עס וועט דיר שוין נישט מבלבל זיין די זאך פארוואס מען רעדט אזויפיל פון 'צדיק', דו וועסט זיך פרייען אז עס איז דא א וועג פאר דיר צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות, צוצוקומען צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן; וואס נאר דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפ'ן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ - בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל - כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים, ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו וַיַּאֲמִינוּ בַּה', עיין שם.


בנוגע די צווייטע בלבול, די מעשה מיט די בייגל; עס שטערט דיר דעם סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה ווען ער איז געווען מקורב ביים גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, איין וואך מוצאי שבת איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרב הקדוש מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפ'ן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' און ער איז זייער צעבראכן געווארן פון דעם. ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכ'ן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען צו זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל וואס ער איז ארויף א טרעפל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש וואס זאגט אים די ווערטער: "דראפע זיך און האלט זיך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות", שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע זיך און האלט זיך" - איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


עס שטערט דיר די מעשה, עס זעט אויס ווי רבי נתן האט נישט געוואלט טון חסד; חס ושלום צו זאגן אויף דעם הייליגן רבי נתן אז ער האט נישט געוואלט טון חסד, ער איז נישט צעבראכן געווארן פון דעם זאך אז ער דארף גיין קויפן בייגל, עס איז נישט געווען נאך אזא בעל חסד ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; דער רבי האט געזאגט פאר רבי יצחק, דער טיראוויצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אן דעם אינגערמאן - רבי נתן - ער איז ביי זיך א שטיק בלאטע".


איינמאל האט דער רבי זייער אויסגערימט רבי נתן פאר אנשי שלומינו, אז רבי נתן איז א שפל ברך און אן עניו; שפעטער האבן אנשי שלומינו געוואלט אויספרובירן אויב דאס איז ריכטיג, זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען דאס דערגיין. איינער האט זיך אנגערופן צום צווייטן, הויך אויפ'ן קול, אז רבי נתן זאל הערן: "איך בין זייער הונגעריג, אפשר גייסטו מיר קויפן א בייגל?" האט זיך דער אנדערער אנגערופן: "איך האב נישט יעצט קיין כח, אפשר וועל איך גיין שפעטער". ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "געב מיר די געלט, איך וועל דיר גיין קויפן די בייגל", האבן זיי געזען אז עס איז ממש וואס דער רבי זאגט, ער איז גרייט צו גיין ברענגען פאר א צווייטן איד עסן, ער איז ביי זיך גארנישט (פעלת הצדיק, סימן תז).


דאס וואס ער האט אזוי געוויינט צום אייבערשטן בשעת'ן קויפן די בייגל, דאס איז געווען איידער ער איז געווען מקורב צום רבי'ן, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס אין לעבן; נישט דאס טון חסד האט אים געשטערט, עס האט אים געשטערט עפעס אנדערש, ער האט נישט געקענט נעמען דאס פארברענגען פון חסידים. דער הייליגער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער האט זיך באנומען צו אים מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן מיט א ליבליכע נאמען "מיין נתן'לע"; אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארומגיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, עס האט אים געפייניגט דאס געוויסן: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' - אויף דעם האט ער געוויינט: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל", ער האט נישט געוויינט אויפ'ן קויפן די בייגל, ער האט געוויינט אויף דעם וואס עס פעלט אים א וועג אין לעבן, ער שפירט א חסרון אין לעבן, עס פעלט אים א טעם אין עבודת השם.


יעצט, אויף דעם וואס דו האסט מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זען אז ברסלב איז נישט די וועג וכו'; עס זעט מיר אויס אז דו ביסט געבוירן געווארן אין א שטוב וואס רופט זיך ברסלב אבער איז ווייט פון ברסלב, וואלסטו געוואוסט וואס דער רבי וויל פון אונז - וואלסטו נישט געהאט אזעלכע בלבולים.


וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן דאווענען, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות – אויף דעם האסטו מורא אז מען וועט דיר זאגן דאס איז נישט אמת? איך וויל וויסן, דו האסט אויך מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן אין הימל וועסטו דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף דיינע טעג און יארן? אדער דאס פאלט דיר ניטאמאל איין, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט דארפן ענטפערן דעם שומר הפתח די שרעקעדיגע שאלה (תנא דבי אליהו רבא, א): "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הייב אן זאגן, וויפיל חומש האסטו געלערנט? "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הייב אן זאגן די משניות וואס דו האסט געלערנט; טראכסט אמאל 'וואס וועל איך ענטפערן אויף די פראגע?' טראכסט אמאל 'וואס וועט זיין מיט די עבירות?'


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט תכלית, ביי אים איז דאס געווען דער עיקר; ער האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט פון תכלית, ער טראכט 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט און ווייסט נישט וואס דער סוף איז"; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויסמאלן, נאר נישט דעם ערשטן ברוך הבא אין קבר, דאס קען איך מיך נישט אויסמאלן, ווען מען וועט מיר אפירנעמען, איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון - דאס קען איך נישט טראכטן".


וויל איך דיר פרעגן אויב דו טראכסט פון דעם: 'וואס וועט זיין ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, מען וועט מיר לייגן מיט די פיס צום טיר', אדער דו האסט נאר איין דאגה, אז אפשר וועסטו אויסגעפונען אויבן אז לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן איז נישט דער אמת? מיר דארפן טראכטן וואס וועט זיין ווען מיר וועלן אוועקגיין פון די וועלט, אפשר זענען מיר פון די צוויי כיתות מענטשן וואס דער רבי רעדט פון זיי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.