שאלה אין קורצן ענין
#193 - ווי אזוי האסטו זיך אזוי געטוישט און געווארן אזוי רואיג?
חסידות ברסלב, מחלוקת, ספרי ברסלב, דרשות, התחדשות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, אלע שיעורים, ניגונים, בריוו, איך האב נישט גענוג ווערטער צו קענען דעם אייבערשטן פאר דעם גרויסן אור וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן פאר בערך צוויי יאר צוריק.


איך האב נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם אז איך האלט מיט די שיעורים, אבער פאר עטליכע חדשים צוריק האט מיין ווייב מיר געפרעגט וואס איז געשען מיט מיר, "דו האסט אזוי שטארק זיך געטוישט צום טון, ביסט אלעמאל רואיג, אלעס איז דער אייבערשטער, האסט אנגעהויבן לערנען און דאווענען, דערציילן מעשיות פון תפלה, האסט אוועקגעווארפן דיין סמארטפאון, דיין כיבוד אב ואם האט זיך אינגאנצן געטוישט", האב איך איר דעמאלט דערציילט איבער דעם גרויסן אור וואס איך האב געטראפן.


מיין משפחה איז געווען אויף געהאקטע צרות, צוויי געשוויסטער האבן פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן רחמנא ליצלן, אנדערע צוויי זענען אויף שווערע טעראפי, מען האט מיר אויך פרובירט צו שיקן אויף טעראפי עטליכע מאל, איך האב אבער ברוך ה' געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האט מיין לעבן אויפגעשיינט. איך האב ברוך ה' שוין געענדיגט איבער צען מאל משניות, איך ענדיג יעצט נ"ך, איך האב ברוך ה' שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין ליקוטי הלכות, אין ירושלמי, און נאך.


איך וויל פשוט זאגן א גרויסן יישר כח, איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט וואו איך קען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, יעצט בין איך געוואויר געווארן, און איך האב געמוזט זיך באדאנקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט, און איך בין אסאך מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א פערזענליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי דו זאגסט, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט א גרויסער ערליכער איד. דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די לעצטע ווערטער פון די מעשה זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי מיט זיינע עצות און חיזוק - היילט אונז, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער און לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ווערט אויסגעהיילט.


ליידער רעדט מען אויפן רבי'ן און אויפן רבינ'ס תלמידים כל דבר אסור, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שם, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפקומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם סמ"ך מ"ם? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלס א מניעה וואס דער סמ"ך מ"ם שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים אדער הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, במשך די צייט ווערט מען נתהפך, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט געזונט און מען ווערט א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִילּוּ עַכְשָׁו", אויך יעצט, נישט נאר אמאל, "כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים און הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, "יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", האט דאס א שטארקע כח אויפצואוועקן דעם מענטש זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן, "לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת", זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - ווי אזוי לעבט מען א "גן עדן לעבן" אויף די וועלט?
קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, היכל הקודש, הפצה, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אלץ, איך הער שוין אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און די אידישע ניגוני אמונה פאר מער פון צען יאר, בעיקר די אידישע ניגונים איז וואס האלט מיר ממש אן פאר די אלע יארן.


איך קען נישט צו זיך קומען פון די מעשה וואס איך האב היינט געהאט, איך האב געטראגן מיין צוויי יעריג אינגעלע אין פלעיגראופ, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן פארקינג, און איך האב זיך ארומגעדרייט עטליכע מאל די גאס, מיין אינגל האט מיר געפרעגט פארוואס מען גייט נאכנישט אריין און איך האב געזאגט אז איך טרעף נישט קיין פארקינג, זאג ער מיר צוריק, "טאטי האסט פארגעסן? לאמיר בעטן דעם אייבערשטן!", און ער הויבט גלייך אן זאגן, "הייליגער באשעפער העלף מ'זאל טרעפן פארקינג", און גלייך דעמאלט איז ליידיג געווארן א פלאץ צו פארקן.


שפעטער אין טאג אינדערהיים איז אויך געווען עפעס ענליכס, און ער זאגט גלייך, "לאמיר נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן". מיין ווייב ליינט די גליונות און בריוו, און זי באקט עס אריין אין די קינדער, צו בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן.


איך האב נאר געוואלט לאזן וויסן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז בזכות די שיעורים, ניגונים, און בריוו, איז דא א משפחה וואס לעבט באמת אין גן עדן התחתון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב אזוי אז דיין לעבן איז 'גן עדן', דיין גאנצע משפחה לעבט אין 'גן עדן התחתון' - זאלסטו אריינשלעפן נאך מענטשן אין גן עדן, זאלסט פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע; דאס איז די סימן אז מען לעבט א גוטע לעבן, אז מען העלפט אנדערע זאלן אויך האבן די לעבן.


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, מעשה פון די זיבן בעטלערס), דעם צווייטן טאג איז געקומען דער טויבער בעטלער און דערציילט פאר די חתן כלה פון זיין חיים טובים, אז איינמאל האבן זיך מענטשן בארימט מיט זייער חיים טובים, האט דער טויבער בעטלער זיי געזאגט: "אויב איר לעבט א חיים טובים, פארוואס העלפט איר נישט די מדינה וואס האבן געהאט דעם שיינעם גארטן און דער גראדניק (גארדנער) איז פארלוירן און קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן גארטן, און אויך איז געקומען דער מלך האכזר און חרוב געמאכט דעם שיינעם גארטן, איז אויב איר לעבט א חיים טובים העלפ'זשע די מדינה", און דער בעטלער האט זיי געזאגט: "אויב וועט איר זיי נישט העלפן וועלן ענקער חיים טובים אויך קאליע ווערן"; ווייל נאר די וואס זענען עוסק אין הפצה - די בלייבן ביים רבי'ן מיט א חיים טובים, און די אלע וואס בארימען זיך מיט זייער חיים טובים אבער זיי טוען נישט פאר אנדערע, אז זיי זאלן אויך האבן א חיים טובים - פארלירן זיי אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#191 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - ווי אזוי ווערט מען מקורב צו ברסלב?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס וויל מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן און צו זיינע תורות. איך הויב יעצט אן זיך באקענען מיט ברסלב, און איך ווייס נישט וואו איך קען לערנען און געוואויר ווערן די מנהגים פון ברסלב.


איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איך שפיר אז די וועג פון מוהרא"ש איז די ריכטיגע וועג אין לעבן, עס געבט מיר שמחה און מאטיוואציע אין לעבן, אבער איך דארף הילף צו וויסן ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם, וואו קען איך באקומען הדרכה צו ווערן א ברסלב'ער חסיד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים; אין רבינ'ס ספרים וועסטו טרעפן וואונדערליכע עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכע איד און ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן מיט די שווערע נסיונות.


לערן אסאך די שיחות פון רבי'ן, ספר שיחות הר"ן און ספר חיי מוהר"ן. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן - וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", לערן צום ערשט חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן; לערן דאס אפאר מאל און נאכדעם זאלסטו לערנען חלק א'.


אז דו ווילסט וויסן פון מוהרא"ש - זאלסטו לערנען זיינע ספרים און בריוו. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך בריוו, דארט קען מען אים טרעפן און וויסן ווי זיך צו פירן; אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט בשעת מען האט געטאנצן נאך קידוש לבנה: "ווילסט מיך אנכאפן? לערן מיינע בריוו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - וואס איז דער ענין זיך מקשר צו זיין צו צדיקים ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, צדיקים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פשט אין דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ביים דאווענען דארף מען זיך מקשר זיין צו צדיקים, וואס מיינט דאס און ווי אזוי ארבעט עס? און וואס איז פשט פון דעם נוסח וואס ברסלב'ע חסידים זאגן פאר'ן דאווענען "הרינו מקשר"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רצו): "בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה, צְרִיכִין לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר", מען דארף זיך ביים דאווענען צובינדן צו די צדיקי הדור, "כַּמּוּבָא בְּסִימָן ב' וּבְסִימָן ט' בְּ"לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן" חֵלֶק רִאשׁוֹן וּבִשְׁאָר מְקוֹמוֹת. עַל כֵּן הִזְהִיר לַאֲנָשָׁיו", דערפאר האט דער רבי אונז אנגעזאגט, "שֶׁיֹּאמְרוּ קֹדֶם הַתְּפִלָּה", מיר זאלן זאגן פאר'ן דאווענען: "הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי לְכָל הַצַּדִּיקִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ".


אביסל דאס צו פארשטיין געבן, וועלן מיר אריינקוקן אין רבינ'ס ווערטער, זען וואס דער רבי זאגט.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', אות ו'): "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְכַוֵּן בִּתְפִילָּתוֹ" יעדער איינער דארף אינזין האבן ביים דאווענען, "שֶׁיְּקַשֵּׁר עַצְמוֹ לַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר" זיך צוצובינדן צו די צדיקים פונעם דור; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן א צדיק און אים פאלגן אלעס וואס ער זאגט. אזוי ווי מען בינדט צוזאם צוויי זאכן און עס ווערט איינס, אזוי דארף מען זיין איינס מיטן צדיק, און אז מען איז צוגעבינדן צום צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז צוגעבינדן צום אייבערשטן. "כִּי כָּל צַדִּיק שֶׁבַּדּוֹר" ווייל דער צדיק פונעם דור, "הוּא בְּחִינַת משֶׁה - מָשִׁיחַ" איז אזוי ווי משה רבינו און אזוי ווי משיח צדקינו; משה רבינו האט זיין גאנץ לעבן געטון נאר איין זאך, און אזוי אויך משיח צדיקנו וועט טון נאר די איין זאך: 'אריינשיינען אין יעדן איינציגסטן איד אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס און עס איז נישטא גארנישט אויסער אים', משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט א לויטערקייט, יעדער וועט שפירן דעם אייבערשטן און יעדער וועט דאווענען צום אייבערשטן.


דאס טוען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור, זיי האבן אין זיך די זאך פון משה רבינו און די זאך פון משיח צדקינו, זיי ברענגען אריין אין זייערע מענטשן מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל וויסן עס איז דא נאר איין ציל אין לעבן, נאר זיך צוקלעבן צום אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁמָּצִינוּ" אזוי ווי מיר געפינען, "שֶׁהַצַּדִּיקִים קוֹרִין זֶה לָזֶה משֶׁה" אז צדיקים ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'משה', "כְּמוֹ" אזוי ווי מען זעט אין ש"ס (שבת, סוכה, ביצה און חולין) ווען דער תנא אדער אמורא רעדט צו זיין חבר רופט איינער דעם צווייטן: "משֶׁה שַׁפִּיר קָאֲמַרְתְּ" משה, גוט האסטו געזאגט; "וּמשֶׁה זֶה בְּחִינַת מָשִׁיחַ און משה רבינו אליינס איז משיח,"כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (בראשית מט, י): "עַד כִּי יָבֹא שִׁילֹה" ביז ווילאנג משיח וועט קומען, 'שילה' איז 'משיח', און דער הייליגער זוהר זאגט: "דָּא משֶׁה מָשִׁיחַ", דאס מיינט מען משה רבינו וואס ער איז משיח; שילה באטרעפט דריי הונדערט פינף און פערציג, און משיח באטרעפט די זעלבע.


יעצט געבט דער רבי צו פארשטיין פארוואס מען דארף זיך מקשר זיין צום צדיק שבדור ווען מען גייט דאווענען, "וְכָל תְּפִילָּה וּתְפִילָּה שֶׁכָּל אֶחָד מִתְפַּלֵּל" און יעדע איינציגסטע תפילה וואס מען דאווענט צום אייבערשטן, "הוּא בְּחִינַת אֵיבָר מֵהַשְּׁכִינָה" איז נאך א שטיק פון די שכינה, ווייל ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - מאכט מען רוען די שכינה; פון וועם בעט איך? און צו וועם רעד איך? צום אייבערשטן! קומט אויס, ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - ווערט אראפגעברענגט נאך און נאך שכינה, "שֶׁהֵם אֵיבְרֵי הַמִּשְׁכָּן" דאס זענען חלקים פונעם משכן.


ווייל די דריי זאכן: דאווענען, שכינה און משכן - זענען איין זאך; ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - מאכט מען א ליכטיגקייט אויף די וועלט, מען מאכט רוען די שכינה וואס דאס איז די משכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא פקודי, ג): 'הַמִּשְׁכָּן מֵעִיד' די משכון איז עדות, 'שֶׁהַשְּׁכִינָה בְּיִשְׂרָאֵל' אז דער אייבערשטער רוט ביי אידן. און אזוי ווי דער משכן ווערט געבויט פון אסאך שטיקלעך, ברעטער, שטאנגען, זוילן, שוועלן וכו', אויך איז דער משכן געבויט געווארן מיט העקעלעך און פארהענג, נעגל און שטריק, און אויך אלע כלים, די מנורה, די טיש, די ארון - אזוי אויך איז די תפילות וואס אלע אידן דאווענען, יעדער מענטש וואס דאווענט מאכט נאך א שטיקל פארן משכן; איינער מאכט מיט זיינע תפילות די ברעטער, א צווייטער מאכט מיט די תפילות די שוועלן, ביז עס ווערט א משכן, ווייל יעדער איד האט זיין וועג ווי אזוי ער מאכט רוען די שכינה, און פון אלע תפילות ווערט ליכטיג, מען מאכט רוען דעם אייבערשטן דא אויף די וועלט.


"שֶׁאֵין שׁוּם אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל" און אז מען נעמט צאם אינאיינעם אלע תפילות פון אלע אידן - איז נישטא קיינער וואס קען - "לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא כָּל חַד לְדוּכְתֵּיהּ" צאמנעמען יעדן איינעמס תפילה, "אֶלָּא משֶׁה בִּלְחוּד" נאר משה רבינו. "בִּשְׁבִיל זֶה" דעריבער, "צָרִיךְ לְהָבִיא וּלְקַשֵּׁר כָּל הַתְּפִילּוֹת לְצַדִּיק הַדּוֹר" דארף מען זיך צובינדן צום צדיק הדור, וואס ער טראגט ארויף אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם א קרוין פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שמות לט, לג): "וַיָּבִיאוּ אֶת הַמִּשְׁכָּן אֶל משֶׁה" זיי האבן געברענגט די משכן צו משה, "וְהוּא יוֹדֵעַ לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא" וואס משה רבינו ווייסט ווי אזוי מען שטעלט אויף אינאיינעם אלע שטיקלעך משכן, "וְלַעֲשׂוֹת אוֹתָהּ קוֹמָה שְׁלֵמָה" און דאס מאכן פאר איין גרויסער געשטעל, אזוי אויך נעמט משה רבינו אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם שיינע קרוינען פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שם מ, יח): "וַיָּקֶם משֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן" משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן; נאר דער צדיק, ער קען אויפהייבן אלע תפילות פון אידישע קינדער און דאס ארויפטראגן צום ריכטיגן פלאץ.


דערפאר האט דער רבי געזאגט, איידער מען גייט דאווענען זאל מען זיך מקשר זיין צו די צדיקי הדור. דאס איז די נוסח וואס אנשי שלומינו זאגן איידער מען דאווענט אדער מען טוט א מצוה:


"הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי בִּתְפִלָּתִי לְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ, וּלְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שׁוֹכְנֵי עָפָר, קְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וּבִפְרָט לְרַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם, נַחַל נוֹבֵעַ מְקוֹר חָכְמָה, רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פַיְגֶא, זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ".


און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות העושה שליח לגבות את חובו הלכה ב, אות ד) מען זאל זיך אויך מקשר זיין צום צדיק פאר מען טוט א מצוה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל?
חסידות ברסלב, מנהגים, סדר היום, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין טאקע דורך די ניטל נאכט, אבער איך האב געוואלט פרעגן אויף קומענדיגע יאר, וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל, וועלכע טאג האלט מען ניטל, און פון וויפיל אזייגער ביז וויפיל אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען האט נישט געמאכט קיין עסק אין ברסלב פון ניטל, און מוהרא"ש ברענגט, ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה א טעם אויף דעם, ווייל אנשי שלומינו גייען דאך שלאפן זייער פרי און שטייען אויף חצות, איז נישט שייך דער גאנצער זאך, ווייל פון מעריב ביז חצות זענען אלע געגאנגען שלאפן.


ווער עס האט א חשש וועגן ניטל - קען זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - איז דא צוויי סארט נוסחאות אויף "מכלכל חיים" אין ברסלב?
חסידות ברסלב, עבודת השם, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אויסגעהערט ווי איר זאגט פאר די תפילות ראש השנה אויפ'ן ברסלב'ע נוסח, און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון.


איך האב נאר געוואלט פרעגן, לויט ווי איך האב געהערט איז דא צוויי נוסחאות אויף "מכלכל חיים", איינס פאר שחרית און א צווייטע מוסף, אבער ביי אייער נוסח האב איך געהערט ביידע די זעלבע, פארוואס איז דאס אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די נוסח וואס מען דאווענט אין ברסלב איז זייער א הארציגע נוסח, די נוסח איז איין שטיק בענקעניש און גליסטעניש צום אייבערשטן. ביי הויכע שמונה עשרה פון שחרית איז דא א שיינע נוסח פאר די ווערטער פון "מכלכל חיים", און ביי מוסף ווען דער בעל תפילה זאגט די ווערטער פון "מכלכל חיים" - איז דא א הארציגע ניגון וואס דער גאנצער בית המדרש זינגט מיט אינאיינעם, איין שטיק התעוררות.


פארגעס נישט, מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; עס איז זייער שיין דער נוסח פון ברסלב, אבער נישט דאס איז ברסלב. אז מען דאווענט די ברסלב'ער נוסח ווערט מען נאכנישט פון רבינ'ס לייט, און אז מען דאווענט נישט די נוסח איז אויך גארנישט, דער עיקר ביים רבי'ן איז תורה ותפילה. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם ר' יוסקא א בריוו: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי" איך בעט דיר זייער מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק" לערן יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר" מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן אז דאס איז וויכטיג, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" זע צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, מורא האבן פון אייבערשטן, ווייל דאס איז די גאנצע תכלית אויף וואס מיר זענען באשאפן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - וואס טוט מען ווען מיין מאן איז נישט מסכים איך זאל הערן די שיעורים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגע ווייבל פון ארץ ישראל, איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א עטליכע חדשים פאר מיין חתונה, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב באקומען אסאך חיזוק אין אמונה און תפילה בזכות די שיעורים.


יעצט, נאך מיין חתונה, זע איך אז מיין מאן איז זייער נישט צופרידן פון דעם אז איך בין מקורב צו ברסלב. וואס זאל איך טון? דארף איך אים פאלגן און אויפהערן הערן די שיעורים וואס ברענגען מיר אזויפיל קרבת אלוקים און שמחה און עבודת השם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט קלוג, באנוצט זיך מיט חכמה - וועט איר אים אויך קענען מקרב זיין. אייער מאן האט געהערט לשון הרע אויפ'ן רבי'ן; ליידער איז דא אסאך לשון הרע אויף ברסלב, די מחלוקת ציט זיך שוין אזוי לאנג, פון רבינ'ס צייטן; דאס מאכט ער זאל נישט וועלן האבן א ווייב וואס האט צו טון מיט די שלעכטע זאכן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט רייצן מיט קיינעם, נישט מיט אייערע עלטערן און זיכער נישט מיט אייער מאן; מען קען זיין צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל וויסן. ביי מענער איז דאס אויך אזוי, מען קען זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, לעבן מיט'ן רבי'ן אז קיינער זאל נישט חלומ'ן; אויסער ראש השנה, דעמאלט מוזן אלע מענער פון גרויס ביז קליין גיין צום רבי'ן, אבער ביי פרויען איז דאך נישט שייך פארן קיין אומאן; קען מען זיין מקושר אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם. ווייל ברסלב איז נישט קיין פלאץ, ברסלב איז שכל; דער רבי געבט שכל, דער רבי איז מחזק ומעודד יעדן איינעם, דער רבי שיינט אריין אמונה, מען זאל גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער, קיין שום זאך פאסירט פערצופאל, אלעס האט א חשבון; דער רבי שיינט אריין האפענונג. איר קענט אויסהערן די שכל פון רבי'ן, די חיזוק און די עצות וואס געבט אטעם פאר'ן לעבן, מען דארף נישט קיין רשות פון קיינעם צו הערן חיזוק און עצות פון צדיקים; נעמט די עצות און לעבט מיט דעם.


איינע פון די וויכטיגע זאכן ביים רבי'ן איז שלום בית; טוט אלעס אין דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב. זייט מכבד אייער מאן, רעדט צו אים ווי מען רעדט צו א פערזענליכקייט, זייט שטענדיג גרייט פאר אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:) א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וועט האבן קינדער אזוי גרויס, גרעסער פון די דור פון משה רבינו; און בעטס דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן וויסן פון רבי'ן, אלע אידן זאלן איינערקענען דאס גרויסקייט פון צדיקים, עס זאל בטל ווערן אלע מחלוקות און אלע לשון הרע'ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#185 - וואס זענען די מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג?
הלכה, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, מנהגים, מדות טובות, מוהרנ"ת ז"ל, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא עפעס ספעציעלע מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג? עפעס וואס מ'טוט יא אדער מ'טוט נישט אין די טעג פון ספירה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס עס שטייט אין שלחן ערוך - אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים.


בנוסף לזה, דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים, ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה",  תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען, ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.


נאך א זאך וואס מוהרא"ש האט אונז אין די ספירה טעג זייער מחזק געווען, מיר זאלן זייער אכטונג געבן זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן. נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, ווייל די תלמידי רבי עקיבא זענען נסתלק געווארן אין די ספירה טעג נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט א צייט דאס צו מתקן זיין, זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - וואס איז די פראבלעם מיט די קבוצה פון "נ נח"?
חסידות ברסלב, נ נח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אין א לעצטיגע שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט קעגן די וואס גייען מיט "נ נח" קאפלעך, איך פארשטיי עס און איך האלט אויך אזוי הונדערט פראצענט. אבער די וואס טוען דאס, מיינען דאס נעבעך ערנסט, זיי האלטן אז דאס איז א הייליגע זאך, זיי מיינען נישט חלילה צו שפעטן און חוזק מאכן פון הייליגן רבי'ן. איך רעד נישט פון די מענטשן אויף די אלגעמיינע גאס וואס מאכן זיי נאך, נאר די וואס האלטן זיך פון יענע קבוצה.


יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע מעשה מיט "נ נח" - איז אויסגעזויגן פון די פינגער, מוהרא"ש האט שוין אזויפיל געשריבן און גערעדט פון די טפשות. עס איז געווען א איד אין טברי' ר' ישראל בער אודעסער זכרונו לברכה, א ברסלב'ער חסיד, מען האט אים דארט זייער געפייניגט און גע'רודפ'ט, ווען מען ליינט וואס ער איז אריבער - כאפט א פחד; מען האט פארגאסן זיין בלוט ביז ער איז ממש אריינגעפאלן אין א עצבות ומרה שחורה. דארט אין טברי' האט געוואוינט א איד רבי יואל אשכנזי זכרונו לברכה, א פרייליכער איד, ער האט נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם ר' ישראל בער; ווייל ער איז א ברסלב'ער דארף מען אים רודפ'ן? ווייל ער האלט אנדערש פון דיין חסידות - קומט אים דאס?! האט ער געמאכט א שפיצל אים פרייליך צו מאכן, ער האט אריינגעלייגט אין זיין לקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער 'נ נח' און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת, ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן, ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער ר' ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריינגעלייגט א צעטל וכו' און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה.


וויי און ביטער איז אז מען איז מבזה א צדיק, די אלע זענען מרחק מענטשן פון ברסלב, זיי זענען גורם די אלע מחלוקות אויף ברסלב. איך געדענק מיט קרוב צו דרייסיג יאר צוריק בין איך געפארן קיין ארץ ישראל מיט מיין זיידע הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה קיין מירון, איך האב אים משמש געווען. דעמאלט פלעגן זיי טאנצן אינדרויסן פון די מערה מיט די ניגונים "נ נח..." מיין זיידע פלעגט מיר יעדן טאג זאגן אויפ'ן וועג ארויף צו די מערה און אויפ'ן וועג אראפ פון די מערה: "דאס איז נישט ברסלב, די מאכן א שלעכטע נאמען אויף ברסלב".


כמה פעמים ווען ער האט געזען ווי מען טאנצט בתערובות מענער מיט פרויען, פלעגט ער נעמען זיין שטעקן (ער פלעגט אלץ גיין מיט א זילבערנעם שטעקן, כמנהג הרבנים), ער האט דאס אויפגעהויבן און געשריגן: "מען טאר נישט טאנצן בתערובות!" עס איז געפאלן א פחד אויף זיי, אלע זענען זיך צולאפן.


ער פלעגט מיר זאגן: "איך וועל דיר ווייזן אין די מערה די ברסלב'ער חסידים, ווי זיי זאגן תהילים מיט השתפכות הנפש, ווי זיי זאגן תיקון חצות מיט בכיות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - ענדערש לערנען דף היומי, אדער אן אייגענע שיעור אין ש"ס?
חסידות ברסלב, נסיונות, בחור, ישיבה, שיעורים כסדרן, גמרא, דף גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מען האט לעצטנס אנגעהויבן מסכת יבמות, וויל איך פרעגן אויב איך זאל מיטגיין מיט דעם סדר צו לערנען יעדן טאג דעם דף היומי, אדער איז אפשר בעסער פאר מיר צו לערנען אויף מיין אייגענע סדר אין ש"ס?


איך זע ביי מיר אז אסאך מאל קום איך נישט אן צו לערנען דער דף אויפ'ן טאג, און שפעטער בלייב איך מיט אסאך האלבע מסכתות, אפשר איז בעסער פאר מיר צו גיין אויף מיין אייגענע סדר? אדער איז יא דא א תועלת צו לערנען דוקא דער דף פון יענעם טאג, אפילו אז איך וועל מסתמא נישט מאכן א סיום אויף די מסכת.


אדער אפשר זאל איך בכלל נישט לערנען יעצט אויפ'ן סדר הש"ס, ווייל איך האב שוין איינמאל געענדיגט ש"ס, אפשר זאל איך זיך נעמען צו לערנען מסכת תענית 101 מאל? איך האב די וואך געמאכט נאך א סיום אויף מסכת תענית, שוין געלערנט איבער 40 מאל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור זאלסטו זיך מאכן אין גמרא כסדרן; הויב אן ש"ס, הויב אן מסכת ברכות, גיי אין א סדר א בלאט נאך א בלאט, קוק נישט אויב דו פארשטייסט, גיי כסדרן מסכתא נאך מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס. אויך זאלסטו זיך מאכן נאך א שיעור, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא; מוהרא"ש האט זייער געוואלט מיר זאלן אלע זיין צוגעבינדן צום בלאט גמרא, לערנען יעדן טאג דעם בלאט אינאיינעם.


נאכן ענדיגן ש"ס כסדרן דעמאלט קענסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבערגיין מאה פעמים ואחד, אדער קענסטו נאכאמאל אנהויבן ש"ס און לערנען כסדרן אזוי ווי ביים ערשטן מאל; דאס ווענדט זיך אין דיר, ווי אזוי דו שפירסט א בעסערע טעם, און סיי ווי אזוי דו וועסט טון - זאלסטו ווייטער לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא פונעם טאג.


לימוד גמרא איז אזוי גרויס, עס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים. צדיקים זאגן אויף דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג אויסדרוקן: "אלעס לאזט דער יצר הרע טון - נאר נישט עפענען די גמרא, ווייל דאס פארברענט אים".


א שאד מען עקשנ'ט זיך אזוי אין ישיבות, מען לאזט נישט בחורים לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). בחורים ווערן פארברענט פונעם יצר הרע, עס ברענט אין זיי אלע פייערן פון עבירות, און ווען מען כאפט א בחור אין ישיבה מיט א משניות ווארענט מען אים אז מען גייט אים ארויסווארפן; שומו שמים! ווי נאריש קען מען זיין! עס פאלן אוועק אזויפיל נשמות ישראל, יונגע בחורים פרעגלען זיך אין ברענעדיגע נסיונות, אנשטאט זיי געבן קאלטע וואסער מיט וואס זיך אפקילן זייער יצר הרע, קאלטע וואסער דאס איז משניות און גמרא; לאז זיי זאגן גמרא, לאז זיי זאגן משניות - וואס האסטו אזוי מורא?! אנשטאט דעם סטראשעט מען זיי אז מען גייט זיי פארשיקן פון ישיבה...


ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אפ צווישן די בני הנעורים, ווי זיי פאלן אין פגם הברית, זיי פאלן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; מען וואלט זיי אלע געקענט ראטעווען פון אראפפאלן אין שאול תחתית דורך לימוד התורה.


געוואלד און געשריגן, וואס זאלן בחורים טון?! זיין פארנומען און שמועסן פון חסידות? הבל הבלים, שמועסן פון דעם רבי'ן און פון יענעם רבי'ן? דאס זעטיגט נישט דעם מענטש, מען דריידט זיך ארום פוסט און פאר ביז מען פאלט אין עבירות, פארוואס זאל מען נישט לאזן בחורים לערנען משניות, גמרא? וועלן זיי נישט טון קיין שלעכטע זאכן!


קוק וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין א בריוו (עלים לתרופה, מכתב קעד): "גַּם פֹּה נִמְצָא מִתְנַגֵּד אֶחָד", עס געפונט זיך דא א מתנגד, "שֶׁבְּנוֹ הִתְחִיל קְצָת לְהִתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ, וְלָמַד הַרְבֵּה גְּמָרָא וּפוֹסְקִים", זיין זון איז מקורב צו אנשי שלומינו און ער האט אנגעפאנגען צו לערנען פלייסיג, "וְעַתָּה, מַכְרִיחִים אוֹתוֹ אַנְשֵׁי בְּלִיַּעַל, הַמְכַנִּים עַצְמָם בְּשֵׁם חֲסִידִים, וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ בְּעַל כָּרְחוֹ מִלִּלְמֹד גְּמָרָא וּפוֹסְקִים, וְאוֹמְרִים שֶׁטּוֹב יוֹתֵר לְדַבֵּר עִמָּהֶם", די מתנגדים רעדן אים אפ פון לערנען גמרא ופוסקים, און זיי זאגן אים אז ער זאל ענדערש פארברענגען מיט זיי ווי צו לערנען, "וְאָבִיו צָעַק עַל בְּנוֹ הַנַּ"ל, אֲנִי נוֹתֵן לְךָ לֶאֱכֹל עַל מְנָת שֶׁלֹּא תִּלְמַד רַק דַּף גְּמָרָא אֶחָד בְּכָל יוֹם, לֹא יוֹתֵר! כִּי מִי שֶׁלּוֹמֵד כָּל הַיּוֹם הוּא בְּרֶסְלְבֶר וְכוּ'", זיין טאטע שרייט אויף אים אז ער זאל אויפהערן צו לערנען אזוי סאך, ווייל ווער עס לערנט אסאך איז א ברסלב'ער, און דער טאטע זאגט אים אז ער גייט אים אויפהערן געבן עסן אויב לערנט ער מער ווי איין בלאט גמרא; רבי נתן זאגט דארט אינעם בריוו: "הַכְּלָל, שֶׁאֵין הַמִּתְנַגְּדִים עוֹמְדִים לִמְנֹעַ מִלִּלְמֹד סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, רַק פְּנִימִיּוּת כַּוָּנַת הָרַע שֶׁבְּלִבָּם הוּא לְבַטֵּל מִיִּשְׂרָאֵל כָּל הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, כִּי יָדוּעַ לָכֶם מַעֲשֵׂי בְּנֵי הַנְּעוּרִים, בִּפְרָט בַּדּוֹר הַזֶּה, וְאֵין שׁוּם הַצָּלָה כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, וְאֵין מִי שֶׁיַּכְנִיס לִמּוּד הַתּוֹרָה וְקִיּוּם הַתּוֹרָה בָּעוֹלָם כְּמוֹ אֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, עַל יְדֵי אֲמִתַּת דְּרָכָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁגִּלָּה עַל יָדֵינוּ, וּבִסְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", די מתנגדים ווילן נישט אז מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, נאר זיי ווילן אויסרייסן די גאנצע תורה, ווי עס איז אייך באוויסט די מעשי בני הנעורים פונעם דור, און עס איז נישט דא קיין שום וועג זיי צו ראטעווען נאר דורך לימוד התורה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל אריינברענגען לימוד התורה נאר דער הייליגער רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - וואס טו איך אז מיין משגיח לאזט מיר נישט מאכן הפצה אין ישיבה?
חסידות ברסלב, מחלוקת, הפצה, דרך ארץ, בחור, ישיבה, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, עס איז מיר זייער מחזק.


איך לערן אין א גרויסע ישיבה אין ארץ ישראל וואס איז נישט ברסלב, איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן בערך צוויי יאר צוריק, און איך לערן אין די ישיבה די ספרים פון רבי'ן, און עס איז דא בחורים דארט אין ישיבה, נישט קיין ברסלב'ע, וואס בעטן מיר איך זאל לערנען מיט זיי דעם רבינ'ס ספרים, און איך האב טאקע געלערנט מיט א חלק פון די בחורים, אבער נאך אפאר טעג ווען דער משגיח האט עס באמערקט, האט ער מיר אנגעשריגן און מיר געווארנט אז אויב וועל איך נישט אויפהערן וועט מען מיר ארויסווארפן פון ישיבה.


מיין שאלה איז אויב איך זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען מיט זיי, צו מאכן הפצה, אדער זאל איך אויפהערן. איך האב געפרעגט די בחורים אויב זיי ווילן מאכן דעם שיעור ערגעץ אנדערש, נישט אין ישיבה, אבער זיי האבן נישט געוואלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זוכסטו זיך פראבלעמען? וואס זוכסטו אנצורייצן די משגיחים?! אז דו ווילסט עוסק זיין אין הפצה קענסטו דאס טון אינדרויסן פון די ישיבה וואו דו לערנסט, ביי דיר אין ישיבה זאלסטו נישט איבערדרייען וכו', אין ישיבה זאלסטו מכבד זיין די מגידי שיעורים און משגיחים; טשעפע זיך נישט, מאך נישט קיין שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן.


די אלע בחורים וואס וויינען אז מען האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער ישיבה צוליב ברסלב - איז ליגנט, מען ווארפט נישט ארויס בחורים וואס האבן חיות ביים הייליגן רבי'ן, מען ווארפט ארויס בחורים צוליב חוצפה און עזות; אז מען לאכט אין פנים פון די מגידי שיעורים - דעמאלט ווארפט מען ארויס.


אזוי אויך די מחלוקת פון סקווער'ער חסידים אויף ברסלב - איז נאר צוליב אפאר ברסלב'ער עזות פנימ'ער, גארנישט מער פון דעם. מוהרא"ש דערציילט ווי אזוי אפאר ברסלב'ער חסידים האבן זיך מתחצף געווען צו הרב הקדוש רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו, און ווען זיין זון דער פריערדיגער סקווער'ער רבי האט דאס געזען - האט ער דאס נישט געקענט אויסהאלטן וכו'; אזוי איז געווארן די זאך אז זיי ווילן נישט הערן פון ברסלב.


אויך איז געווען אין ברסלב א לץ מיט'ן נאמען... און ווען עס האט פאסירט די מעשה אז די סאווראנ'ער חסידים האבן געשיקט אן אתרוג פאר זייער רבי; יענע יאר איז נישט געווען צו באקומען אתרוגים, זיי האבן געצאלט אסאך געלט צו פארשאפן אן אתרוג פאר זייער רבי, זיי האבן געטראפן א שיינעם אתרוג פאר טייער געלט, זיי האבן דאס איינגעפאקט אין א טייערע קעסטל און געדינגען א שליח דאס צו טראגן קיין סאווראן.


אונטערוועגנס האט זיך דער שליח צוגעלייגט, ער האט געכאפט א דרימל, דערווייל איז א גוי דארט אריבער און דערזען דעם טייערן קעסטל, ער האט געוואלט זען וואס עס ליגט אינעם טייערן קעסטל, נאכן עפענען און זען אז דאס איז א פרי, האט ער געטראכט 'אז מען פאקט איין א פרוכט אין א טייערן קעסטל מוז זיין די פרוכט גאר א זיסע'; ער האט אריינגעביסן און גלייך אויסגעשפיגן דעם ביטערן אתרוג און דאס צוריק איינגעפאקט אינעם קעסטל. דער שליח וועקט זיך אויף, ער ווייסט פון גארנישט, ער ברענגט דעם סאווראנ'ער רבי אן אפגעהאקטן אתרוג, דאס איז געווען א גרויסער פאטש פאר די סאווראנ'ער חסידים. דער לץ האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון די ברסלב'ער קלויז, און ווען סאווראנ'ער חסידים זענען אריבער האט ער געשריגן: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]", יעדער סאווראנ'ער חסיד האט געהערט ווי א ברסלב'ער חסיד שרייט: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]"; דאס האט אנגעצינדן דעם ביטערן פייער.


מיר דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק - דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויף אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי?
חסידות ברסלב, מורה דרך, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין די לעצטע פאר יאר האב איך זייער ליב די ברסלב'ע מהלך פון פשטות און תמימות, אבער איין זאך עגבערט מיר זייער, ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי וואס זאל מיר ווייזן דער וועג? קען איך נישט פארפארן פון די ריכטיגע וועג ווען איך לערן נאר ספרים און איך נעם מיין הדרכה פון דארט? דארף איך דען נישט איינער זאל מיר ווייזן "כזה ראה וקדש", מיר זאגן פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן? אויסער די כלליות'דיגע זאכן ווי התבודדות און דרך הלימוד און דאס גלייכן.


איך זוך באמת דעם ריכטיגן וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, און די קשיא דרוקט מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נישט קיין מנוחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות שלוחין הלכה ה, אות יב): "צְרִיכִין לְהַאֲמִין שֶׁבְּוַדַּאי נִמְצָא אֶחָד אוֹ רַבִּים שֶׁהֵם תַּלְמִידָיו הָאֲמִתִּיִּים שֶׁקִּבְּלוּ תּוֹרָתוֹ, וּדְרָכָיו, וַעֲצוֹתָיו, וּרְמָזָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁיְּכוֹלִים לְהַחֲיוֹת אֶת הַכֹּל", מיר דארפן גלייבן אז עס איז זיכער דא איינער אדער אסאך תלמידים פונעם צדיק וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה פונעם צדיק, די וועג פונעם צדיק, די עצות פונעם צדיק, און זיי קענען דאס ווייטער איבערגעבן, "כִּי אֵין דּוֹר יָתוֹם וּבְוַדַּאי לֹא נִסְתַּלֵּק הַצַּדִּיק עַד שֶׁהִשְׁאִיר אַחֲרָיו בְּרָכָה", דער צדיק גייט נישט אוועק אן איבערלאזן זיין הייליגקייט אויף ווייטער, "שֶׁהֵם הַתַּלְמִידִים הָאֲמִתִּיִּים שֶׁלּוֹ, שֶׁהֵם בְּחִינַת הַחֲלִיפוֹת שֶׁלּוֹ", זיינע תלמידים וואס געבן ווייטער איבער זיין תורה, זיין עצה; עס איז כדאי דו זאלסט דורכלערנען די הלכה און זען אז מען קען טרעפן דעם הייליגן רבי'ן צווישן די תלמידים.


מען דארף אסאך זוכן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ווערן מקורב צום צדיק. רבי נתן זאגט (שם, אות ה): "וְכָל אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטָן וְעַד גָּדוֹל צָרִיךְ לִזָּהֵר בָּזֶה מְאֹד כָּל יָמָיו, לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשֹ רַבִּי אֲמִתִּי כָּזֶה", יעדער איינער, פון גרויס ביז קליין - דארף זיין גאנץ לעבן זוכן און נישטערן צו ווערן מקורב צום צדיק, "כִּי אֲפִלּוּ מִי שֶׁזּוֹכֶה לִמְצֹא לְעַצְמוֹ רַבִּי אוֹ חָבֵר אֲמִתִּי שֶׁקִּבֵּל מִצַּדִּיקֵי אֱמֶת דִּבְרֵי אֱמֶת הַמּוֹעִילִים לְנַפְשׁוֹ בֶּאֱמֶת, אַף עַל פִּי כֵן עֲדַיִן צָרִיךְ לְחַפֵּשֹ הַרְבֵּה בְּכָל יוֹם", ווייל אפילו דער וואס האט שוין זוכה געווען צו טרעפן א רבי אדער אן אמת'ער חבר וואס האט מקבל געווען פון צדיקי אמת דארף אויך זוכן יעדן טאג צו ווערן נענטער און צו קענען מער מקבל זיין, "כִּי יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהוּא יוֹשֵׁב אֵצֶל הַצַּדִּיק וַעֲדַיִן אוֹרוֹ חָשׁוּךְ אֶצְלוֹ וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ נְעִימוּת אֲמִתַּת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים", מען קען זיצן נעבן צדיק און מען שפירט נישט די ליכטיגקייט, מען שפירט נישט די זיסקייט פונעם צדיק, עס איז נאך אלץ טונקל.


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן - וועסטו טרעפן וועם צו פרעגן און ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - דעם רבינ'ס חיזוק האט מיר געהאלפן און געראטעוועט
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב, ראש השנה, הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זיץ דא אין א שפיטאל מיט מיין ווייב, און איך שפיר אז איך מוז שוין יעצט נעמען די פענע אין די הענט זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איידער איך שרייב מיינע ווערטער וויל איך קודם ארויסגעבן מיינע רגשי הלב וואס ליגן שוין לאנג ביי מיר אנגעלייגט אויפ'ן הארצן, איך האב שוין עטליכע מאל גענומען די פענע אין מיין האנט און לא אסתייעא מילתא. ערשטנ'ס דאנק איך דעם באשעפער אז איך האב די זכי' זיך צו לערנען אביסל פון רבי'ן, פון די עצות און הנהגות, נעמען די יסודות פאר'ן לעבן און שטייגן אין עבודת השם. ספעציעל וויל איך דאנקען פאר'ן גוטן שליח - דער ראש ישיבה שליט"א, איך לעב פון די שיעורים, מיין לעבן האט באקומען א תכלית, עס האט מיר געטוישט מיין לעבן - ברוחניות ובגשמיות, אין עניני קדושה און אזוי ווייטער אויף די טעגליכע לעבנ'ס שטייגער, תורה, תפילה, שלום בית, תשובה, מעביר סדרה זיין, מקפיד זיין אויף מנין, הכרת הטוב, רעדן שיין און איידל, מידות טובות, א ריכטיגע בליק אויף די קינדער סיי די אייגענע און סיי פרעמדע, עס איז נישטא די פאסיגע ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן און זיין שליח אויף דעם אלעס.


אויך וויל אביסל ארויסגעבן, אין קורצן, א קליין חלק פון מיינע הרגשים פון מיין זיין דעם פארגאנגענעם ראש השנה צום ערשטן מאל אין אומאן. טינט וועלן זיך ענדיגן און בלעטער וועט נישט זיין גענוג צו קענען ארויסגעבן וואס איך האב געשפירט און מיטגעהאלטן אין די קורצע 72 שעות וואס איך בין דארט געווען, אנגעהויבן מיט די אויפנעמען פון די חברים פון היכל הקודש, איך האב קיינעם כמעט נישט געקענט און מען האט מיר אויפגענומען מיט אזא גוטע געפיל, כאילו מען איז שוין חברים יארן לאנג, דערנאך די סליחות ערב ראש השנה, דאס דאווענען ערב ראש השנה, די שיעורים, אזא דערהויבנקייט, שוין אפגערעדט פון די תפילות ראש השנה אליין, די התעוררות און די ווארעמקייט, די נאנטשאפט צום אייבערשטן, אוי! א שאד אז ס'האט זיך געענדיגט, אזא אנגענעמקייט ביי די סעודות ראש השנה, ווער רעדט נאך פון די שיעורים ראש השנה פארנאכט, פערל ווערטער האבן זיך געגאסן עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה, צו האבן די ריכטיגע בליק אין יום טוב און אין לעבן, הלואי הלואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל איבער א יאר.


וואס איז בכלל מעגליך צו שרייבן אויף די פתיחות הלב און הרהורי תשובה וואס איך האב באקומען ביים ציון און ביי די התבודדות שפעטער. א שטארקע חיזוק איז מיר געווען די הכנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר'ן ארויפגיין צום ציון פארטאגס, אז ס'איז גענוג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, ווייל ווען נישט וואלט איך שטארק צובראכן געווארן, און מיט די ווערטער האב איך זיך געקענט שטארקן.


אפשר איז נישט שיין פון מיר אז איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער ס'איז בעסער שפעט ווי קיינמאל, דעריבער וויל איך יעצט אפגעבן א ישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט, אויף אלע שיעורים און בריוון, וואס פון דעם נעם איך א שטיק חיות.


נאך איין נקודה וויל איך צולייגן, אז איך האב א מתנה פון הימל אז מיין ווייב שטייט מיט מיר מיט אלע שמועסן און זי הערט אויך צו די שיעורים, אזוי אז מיר זענען זיך מחזק צוזאמען.


און יעצט צו די נקודה וואס איך וויל שרייבן, היינט נאכמיטאג האט מיין ווייב מיר געקלונגען אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטע פראבלעם און מ'מוז שוין אפלאזן אלעס און אריינפארן אין שפיטאל. יישר כח אייבערשטער אויף די כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעגאסן אין מיר כסדר, וואס א דאנק דעם האב איך זיך נישט פארלוירן, נאר די ערשטע זאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף ביז אהער און געבעטן אויף ווייטער, אודאי האבן מיר געוויינט צום באשעפער אז אלעס זאל זיין כשורה אבער מיר האבן געפילט אז איינער טראגט אונז און מיר זענען נישט אליין. נישט צופיל צייט האט גענומען און נאך א בדיקה האט מען געזען אז ס'איז דערנאך און זי האט פארלוירן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי דארפן טרייסטן מיין ווייב און איך האב נישט געוואסט מיט וואס אנצוהויבן, למעשה האב איך גערעדט מיט איינע פון די געהילפן אין שפיטאל, ווען מיין ווייב איז נאך געווען אין צימער, און איך פרעג איר ווי אזוי מיין ווייב האט עס אנגענומען, ענטפערט זי מיר, "זי איז זייער שטארק, זי האט עס אנגענומען אזוי רואיג", און זי האט צוגעלייגט אז נישטא אסאך אזעלכע וואס זאלן זיין אזוי שטארק.


שפעטער ווען איך טרעף מיין ווייב זאגט זי מיר די ערשטע זאך נאכ'ן דערציילן די נישט גוטע בשורה, "די ערשטע זאך האב איך געזאגט מזמור לתודה". יישר כח אייבערשטער, איך בין גאר געווארן מחוזק, אזא רואיגקייט נאכ'ן זיך פלאגן שווער פאר עטליכע חדשים, און דאס מאל איז עס געווען ספעציעל שווער. מיין מח איז נישט מסוגל צו אויפכאפן די גאנצע הלוך ילך, פון וואו מען האט אזעלכע כוחות הנפש. נאר די כח פון רבי'ן, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה, וואס ברענגט אריין אמונה שמחה און הודאה.


איך מיין אז יעדע ווארט מער איז איבעריג. דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע שוועריקייטן און דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען איבערגעבן די תורת אמת פאר די קומענדיגע דור. איך בעט איבער אויב ס'איז נישט געשריבן קלאר, איך האב עס געשריבן דא אין שפיטאל, אן קיין סאך ישוב הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר דיינע הרגשים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן; מען קען נישט מסביר זיין וואס דאס איז ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען, פון איין זייט - די התעוררות לתשובה, און פון די אנדערע זייט - א שטארקע שמחה.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; ער וועט אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו א שטארקע אמונה. דער רבי געבט א קלארע אמונה, מען שפירט זיך שטענדיג ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס נאר עס זאל זיין גוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


זיי זיך מחזק אינאיינעם מיט דיין ווייב, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הכרת הטוב, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה', איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס איך האב געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה, און אויך גמרא מסכת יבמות וואס איך לערן על סדר הש"ס, איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


יעדעס מאל וואס דער יצר הרע קומט צו מיר מיט זיינע טענות, פארוואס איך בין משוגע געווארן, פארוואס איך האב זיך אנגעהויבן זוכן נייע וועגן, געב איך נאכאמאל א קוק איבער ווי אזוי איך האב אויסגעזען פארדעם, איך בין טאקע געגאנגען יעדע נאכט צו א שיעור, וואס דער מגיד שיעור דארט האט באמת פלייסיג געזאגט דעם שיעור, אבער מיט מיר האט עס גארנישט געהאט. און יעצט ברוך ה' גייט נישט אריבער א טאג אן משניות, גמרא, ברייתא, חומש רש"י, מדרש, ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, אוצר האמונה, עצתו אמונה, תהילים, שוחן ערוך מחבר רמ"א. און איך בין נאך אויך ברוך ה' פארנומען מיט מיינע טייערע קינדער בלע"ה, איך ארבעט אין א חדר, און נאכאלץ קומט אן זייער פיל.


יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות, דאס איז ממש לופט צו אטעמען, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין אן קיין שטערונגען מיט אסאך הצלחה און נחת מיט אלעס גוטס.


נ. ב. איך שרייב דעם בריוו זיך צו באדאנקען, נישט אלס א שאלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי די ערשטע מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי מען האט אפגערעדט דעם שני למלכות, ווען דער ווילדער מענטש איז געקומען צום שני למלכות און אים אפגערעדט, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און אים געשיקט צו זיין ברודער וואס איז ממונה אויף די עופות, יענער ברודער האט אים אויך אפגערעדט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", און אים געשיקט צו זיין ברודער, דער וואס איז ממונה אויף די ווינטן; אלע גרויסע ווילדע מענטשן האבן אפגעלאכט פון דעם שני למלכות.


זאגט דער רבי, דער שני למלכות האט זייער געוויינט און האט פאר אלעמען געענטפערט דעם זעלבן לשון: "עס איז בוודאי יא דא!" זיי האבן אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און ער זאגט זיי דעם לשון: "עס איז בודאי יא דא!" זאגט מוהרא"ש, די ראשי תיבות פון די ווערטער: "ב'ודאי י'א ד'א" איז "בְּיַד", אין מיין האנט; קוק וואס איך האב אין מיינע הענט.


די ווילדע מענטשן, די מתנגדים מאכן חוזק: 'עס איז נישט קיין גוטע פלאץ', זיי שפעטן פון די עצות וואס מיר הערן פון רבי'ן; וואס איז די עצה נישט צו ווערן צעפאלן? איך קוק אין מיין האנט! וואס האב איך אין האנט? איך זע וואס דער צדיק געבט מיר; דער רבי געבט מיר לערנען תורה, איך האב שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, איך ענדיג יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, איך האב א שיעור אין משניות, איך זאג פרקים משניות; איך האב שוין מסיים געווען עטליכע מאל ששה סדרי משנה. אזוי אויך מיט גמרא, און אזוי ווייטער. איך קוק אין מיין האנט, איך זע וואס איך האב אין האנט, איך דאווען, איך בין זיך מתבודד, איך לעב שיין מיט מיין ווייב, איך בין מחנך מיינע קינדער, איך האב פולע אוצרות אין מיין האנט.


דאס איז געווען די שטארקייט פונעם שני למלכות, ער האט אלץ געקוקט אין זיין האנט, 'וואס באקום איך ביים צדיק?' און דאס איז די שטארקייט פון תלמידי היכל הקודש. ווען עס קומען מתנגדים, סיי מתנגדים אין די לבוש פון א מענטש, סיי מתנגדים אין מח מחשבה, די אלע סארט בלבולים וואס קומען אריין אין פרישע מקורבים: 'בין איך יא אין א גוטע פלאץ? בין איך אין א משוגע'נע פלאץ? מען האט יא געהאלטן פון די פלאץ? מען האט נישט געהאלטן פון די פלאץ?' - איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן: 'וואס האב איך אין מיין האנט?'


אזוי ווי בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, ער קוקט שטענדיג אויב ער איז מרויח; קיינער ארבעט נישט בחינם, קיינער וועט נישט ארבעטן אין א פלאץ וואס מען צאלט נישט, קיינער וועט נישט ארבעטן אויב מען איז נישט מרוויח גוטע רווחים; אזוי, און נאך מער - איז ברוחניות. אז איך דריי זיך אין א פלאץ, איך האב געטראפן א רבי, א מורה דרך, אן ערליכער איד, א חבורה - דארף איך שטענדיג קוקן אויב איך בין מרוויח; אויב בין איך מרוויח, איך לערן, איך דאווען, איך באקום שלום בית. אויב מען האט יא געהאלטן פון דעם פלאץ אדער נישט - דאס גייט מיר שוין נישט אן, איך קוק "בְּיַד" - אין מיין האנט.


גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; לערן משניות נאכאמאל און נאכאמאל אן אן ענדע, און לערן ווייטער ש"ס כסדרן, הלכה, און דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - פארוואס האט מוהרא"ש זי"ע זיך געפירט מיט רעביסטעווע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מנהיגים, כבוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אז אין ברסלב איז נישט קיין "רעביסטעווע", אין ברסלב איז נישטא קיין אדמורי"ם, נאר דער הייליגער רבי איז אונזער רבי. רבי נתן האט געשריגן, "עס וועט נישט זיין קיין רבי, נאר דער הייליגער רבי". און אזוי איז טאקע אנגענומען ביי חסידי ברסלב אז קיינער פירט נישט קיין רעביסטעווע.


אבער אין היכל הקודש זע איך אז ס'איז אנדערש. סיי ביי מוהרא"ש זי"ע, און יבדל לחיים טובים ארוכים אויך ביים ראש ישיבה שליט"א, זע איך אזויפיל רעביסטעווע זאכן, ווי צום ביישפיל טאנצן מצוה טאנץ, שיריים, א שיינע בענקל, מ'פירט טישן, און אזוי ווייטער.


איך מיין נישט קיין חוצפה, איך פרעג פשוט וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס פארענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט געטון די זאכן נאר צוליב איין סיבה, צו מקרב זיין וואס מער מענטשן לאבינו שבשמים. ביי אסאך מענטשן איז דא א קטנות הדעת פון די סארט זאכן, פון א שיינע בעקיטשע וכדומה, און נאר ווען זיי זעען אזעלכע זאכן - הערן זיי אויס און זענען מקבל וכו'. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת קמה:): "מפני מה תלמידי חכמים שבבל מציונים", פארוואס גייען די תלמידי חכמים אין חוץ לארץ מיט שיינע בעקיטשעס? "מפני שאינם בני תורה", ווייל די מענטשן פון בבל זענען נישט קיין בני תורה, זיי האבן נישט קיין געפיל אין תורה; ווען זיי זעען א תלמיד חכם וואס זעט אויס ווי א פשוט'ער מענטש זענען זיי אים נישט מכבד, נאר ווען זיי זעען א שיינע בעקיטשע - דאס מאכט זיי זאלן מכבד זיין (עיין תפארת ישראל אבות ד, ו; דבור המתחיל "גופו מחולל על הבריות"); נאר צוליב דעם האט מוהרא"ש געטון די זאכן.


וואס דארפסטו מער פון דעם וואס דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "נאך א מזל עס איז געווען צוויי זילבערנע לייכטער ביים רבי'ן אויפ'ן טיש ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל צום רבי'ן, אזוי האב איך געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; עס האט געהאט א פנים פון א רבי.


ווער עס האט געקענט אביסל מוהרא"ש ווייסט אז מוהרא"ש איז געווען זייער ווייט פון די זאכן, מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געהאט איין כוונה: 'אריינברענגען אין די וועלט די ריינע אמונה, און מגלה זיין די עצות פון הייליגן רבי'ן'; אזוי ווי איינער פון די גיבורים האבן דערציילט פאר'ן בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה בעל תפילה - מעשה יב), דער גיבור זאגט אז ער מיינט דערמיט עפעס אנדערש, מיט דעם וואס ער גייט אפנעמען די וועלט; ער מיינט נישט דאס אז די וועלט זאל זיין אונטער אים, נאר ער מיינט עפעס אנדערש, זיין כוונה איז, טאמער וועט ער קענען טרעפן דעם קעניג מיט זיינע לייט, עיין שם.


עס איז דא אסאך צו דערציילן בנוגע די זאך ווען מוהרא"ש האט אנגעהויבן אנטון די קאלירטע בעקיטשעס; איין זאך קען איך דיר זאגן, מיר האבן נישט קיין השגה וואס האט זיך געטון אונטער די שיינע בעקיטשע, אונטער די קאלירטע בעקיטשע; דארט איז געליגן א צעבראכענע הארץ וואס מען קען נישט מסביר זיין! מוהרא"ש שרייבט א לשון אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צֶעבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ, כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר"; פון אינדרויסן האט מען דאס נישט געזען, עס איז געווען א בחינה אזוי ווי ביים צדיק הרב הקדוש רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו איז שטענדיג געווען ביי זיך זייער צעבראכן אין הארצן, ער איז געווען ביי זיך צעריסן און צעשניטן, ביז זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט אים געזאגט בזה הלשון: "מענדל מענדל, ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו וויסן אז דו ביסט גרעסער פון יעדן איינעם"; מיט דעם אלעם האט דאס נישט געהאלפן, ער האט שטענדיג געשפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט מיט נישט, פון אינדרויסן האט קיינער נישט געוויסט וואס דא גייט פאר, מען האט גערעדט אויף אים וכו'; ווייל ער איז געגאנגען אנגעטון מיט טייערע קליידער, רבי'שע קליידער, מען האט געטראכט אויף אים וואס מען האט געטראכט וכו'; אבער ער פאר זיך איז געווען גארנישט מיט גארנישט, ער האט זיך שטענדיג גע'חתמ'עט: "השפל באמת".


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז אסאך רעדן פון די זאך, מענטשן מיינען אז ווער עס גייט אנגעטון מיט צעריסענע קליידער, און די קאפ פאלט אים אויף די זייט - דער איז אן עניו, און דער וואס גייט מיט שיינע קליידער - דער איז א בעל גאוה; מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט אונז מגלה געווען אז דאס איז בכלל נישט קיין ענוה, דאס איז חנופה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצז): "כִּי בְּוַדַּאי אֵין זֶה מַעֲלַת הָעֲנָוָה לְהַרְאוֹת עַצְמוֹ בִּכְפִיפַת רֹאשׁ בְּדֶרֶךְ שְׁטוּת כְּאִלּוּ הוּא עָנָו, כִּי זֶה עֲנָוָה פְּסוּלָה, וְעִקַּר הָעֲנָוָה כְּשֶׁהִיא בְּחָכְמָה", ענוה איז בדעת, דאס איז נישט קיין זאך וואס מען זעט פון אינדרויסן, עיין שם.


העיקר בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט נארן, בזה העולם קען מען זיך זייער גוט אפנארן; וואס האט דאס מיט דיין עבודת השם - צי אין ברסלב מעג מען האבן א שיינע בעקיטשע אדער נישט? וואס האסטו געטון נעכטן? וואס האסטו געטון אייער נעכטן? האסט געלערנט מקרא, משנה, גמרא, מדרש און הלכה? האסט געדאווענט די דריי תפילות מיט מנין מיט כוונה? האסט זיך מתבודד געווען?


איך ענטפער דיר די נארישע קשיא נאר ווייל איך ווייס אז דאס האט נישט מיט דיר, דו אליינס האסט נישט געקענט אויסטראכטן אזא שאלה, דו האסט זיך אנגעטראפן מיט לצים, זיי האבן אין דיר אריינגעלייגט סם, דו ביסט אין א סכנה פון אפלאזן דיינע שיעורים, דיין חיזוק און דיין עבודת השם.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן; איך האב אנגעהויבן לערנען די חיזוק פון מוהרא"ש, דער לעבן האט אנגעהויבן זיין א לעבעדיגע זאך - בין איך אריבער די אלע מניעות וואס דו גייסט אריבער, מען האט צו מיר גערעדט די זאכן, היתכן מוהרא"ש דאווענט מיט א שטענדער ביים מזרח וואנט, אין ברסלב איז דאס נישטא! היתכן מוהרא"ש גייט א בעקיטשע?! די אלע זאכן וואס דו גייסט אריבער, איך האב דעמאלט געטראכט 'איך האב געטראפן א איד וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן - וועל איך אים נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין; איך דארף נישט ברסלב, איך דארף נישט זקנים, איך דארף נישט קיינעם, איך דארף דעם איד וואס קען מיר צוקלעבן צום אייבערשטן, דער איד וואס קען מיר צוקלעבן צו די תורה און מיר געבן שלום בית'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט זיין פארנומען מיט די קטנות, מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - קען מען האבן שלום בית ווען איינער איז א ברסלב'ער און דער צווייטער איז נישט?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שלום, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין לאנג געוואלט באדאנקען אויף די שיעורים, די בריוו, און די גליונות, וואס האבן מיר אזויפיל געהאלפן אין לעבן.


איך בין א בת יחידה, צווישן צוויי ברידער. איך בין שוין 22 יאר אלט, מען האט שוין גערעדט פאר מיר אסאך שידוכים, אבער איך וויל זייער שטארק באקומען א בחור א ירא שמים וואס איז א ברסלב'ער חסיד.


איך קום נישט פון א חסידישע געזעלשאפט, איך בין אבער געווארן צוגעצויגן צו ברסלב דורך א חבר'טע, און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם, אבער זי האט שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק.


מענטשן זאגן מיר איך זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ער בחור, און אפילו נישט דוקא אויף א חסידישער בחור, דער עיקר איז נאר ער זאל נישט זיין קיין מתנגד, און דאן וועט אים שפעטער קענען מקרב זיין צו חסידות און צו ברסלב. איך בין אבער נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי, איז שייך מקרב צו זיין דעם מאן נאך די חתונה? דאס וועט דאך מאכן דאס לעבן, כאטש אין אנהויב, זייער קאמפליצירט.


און דער עיקר וויל איך וויסן אויב די שלום בית וועט נישט זיין שווער אויב ביידע זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? קען מען זיך אויסקומען מיט א מאן אפילו איך בין אזוי שטארק פאר ברסלב, און ער האט גארנישט מיט ברסלב, און אפשר אפילו גארנישט בכלל מיט חסידות?


איך הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין צו מיין ריכטיגע שידוך, איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן בקרוב און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן מיט עצות און הדרכה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן, עס איז נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן טראכטן אייניג, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז יעדער מענטש טראכט אנדערש פונעם צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כא, ב): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפוֹתֵיהֶן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, כָּךְ אֵין דַּעְתָּן שָׁוִין זֶה לָזֶה", יעדער מענטש טראכט אנדערש; דעריבער אפילו איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן, ביידע פון אייך זענען ברסלב'ער - וועט איר נאכאלץ דארפן שווער ארבעטן אויף שלום בית. מיינט נישט אז וויבאלד איר זענט ברסלב און איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן - קומט אטאמאטיש שלום בית; שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען ארבעט זיך אויס די מידות, מען דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו האבן שלום בית, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מתקן זיין די שלעכטע מידות; נאר אזוי האט מען שלום בית.


מען זאגט נאך פון צדיקים, וואו בעט מען ביים דאווענען אויף שלום בית? ביי: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", באשפער העלף מיר איך זאל זיין ביי זיך אזוי ווי ערד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז) א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי ווי ערד, "כְּמוֹ הֶעָפָר שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אזוי ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און דער ערד געבט צוריק נאר גוטס, "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וְזָהָב וְכֶסֶף וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", עסן, טרינקען, זילבער, גאלד און דיימאנטן שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט ארויס פון די ערד, "כְּמוֹ כֵן אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת, כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי אויך דארף א מענטש טון פאר אלע וואס טוען אים שלעכטס - נאר גוטס, אזוי ווי די ערד, דאס בעט מען: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", איך זאל זיין ביי מיר אזוי ווי ערד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית, אז מען איז גרייט צו טון פאר'ן צווייטן נאר גוטס אפילו מען טרעט אויף מיר.


צווייטנס זאלט איר וויסן, שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן די זעלבע, דאס איז נישט שלום. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע מענטשן און ביידע לעבן אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער דער צווייטער מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


איר זאגט אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט ברסלב, וואלט איר שוין געדארפט וויסן וואס איז דאס ברסלב; ברסלב איז שכל, ברסלב איז טראכטן פון אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, זיין פרייליך מיט מצוות, קוקן גוט אויף אנדערע - דאס איז ברסלב, נישט מער און נישט ווייניגער; א ברסלב'ער דארף זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע סארט שידוך: חסידי'ש, ליטוויש, יעקיש, אשכנז'יש און ספרדי'ש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פאר בחורים און מיידלעך א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן, כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", געבט אכטונג פון צייט, מען דארף היטן די צייט, ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דריידט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו', אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


ווארטס נישט אויף א ברסלב'ער, אויף א חסידי'שער.

#176 - וועלכע סארט תכלת נוצט מען אין ברסלב?
חסידות ברסלב, ציצית, תכלת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א לאנגע צייט וואס איך האב א געפיל צו אנטון תכלת, איך האב אסאך געטון אין דעם ענין, געלערנט די ספרים איבער די נושא, אבער איך וויל פארשטיין ווי אזוי און ווען איז דאס אנגענומען געווארן אין ברסלב, אין די צייטן פון רבי'ן איז דאס דאך נאכנישט געווען?


אויך האב איך געוואלט וויסן אבער דער ענין איז צו גיין דערמיט נאר אויפ'ן טלית קטן? און אויך וועלכע סארט תכלת מען נוצט אין ברסלב, פון הייליגן ראדזינער זי"ע אדער פון די שפעטערדיגע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעניין תכלת איז דא אסאך צו שרייבן און צו רעדן; מוהרא"ש זאגט מען זאל זיך נישט מבלבל זיין מיט די זאכן, עס פעלט נישט אויס אריינקריכן אין חוקר זיין אויב די תכלת איז די עכטע אדער יענע תכלת איז די אמת'ע; דער עיקר דארף מען זיך פרייען מיט די מצוה פון ציצית, די מצוה פון ציצית איז א מצוה וואס איז כולל אלע מצוות, עס ראטעוועט פון עבירות; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז): "צִיצִית שְׁמִירָה לְנִאוּף", ציצית ראטעוועט פון ניאוף, "סְגֻלָּה לְחוֹלֶה לְהִסְתַּכֵּל עַל הַצִּיצִית", ציצית איז א רפואה פאר אלע קרענק, מען דארף קוקן אויף די ציצית און זיך פרייען מיט די מצוה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. רבי אברהם האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע רבי נחמן טולטשינער - א תלמיד פון רבי נתן זכר צדיק לברכה, וואס האט געהערט פון רבי נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנטפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם [תרמ"ח], האט זיך רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה געטראפן מיט אים און דעמאלט אנגענומען דעם ענין פון גיין מיט תכלת, פארשטייענדיג אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם "אה תרחם", און אלע וואס זענען געגאנגען מיט רבי אברהם זכרונו לברכה האבן אנגעהויבן גיין מיט תכלת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - מ'דארף דאך האבן א לעבעדיגע רבי, פארוואס פארט מען קיין אומאן?
אומאן, חסידות ברסלב, צדיקים, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין פרשת כי תבוא זאגט רש''י, "אשר יהיה בימים ההם. אין לך אלא כהן שבימיך, כמו שהוא". זעט מען פון דעם אז מ'דארף גיין צו א לעבעדיגן רבי'ן פון יענעם דור; אויב אזוי פארשטיי איך נישט פארוואס די ברסלב'ע חסידים פארן קיין אומאן צו זייער רבי וואס לעבט שוין נישט איבער 200 יאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? וואס איז די סתירה?! גיין צו מקומות הקדושים איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים, סימן רחצ): "אין לך אלא כהן שבימיך".


עס זעט אויס פון דיין בריוו ווי דו זוכסט צו טשעפען ברסלב'ער חסידים, כאילו ברסלב'ער חסידים האבן נישט קיין רבנים און דיינים; ווען כלב בן יפנה איז געווען אין א סכנה פון די מרגלים און ער איז געגאנגען צום מערת המכפלה בעטן ביי די אבות הקדושים - איז דאס אויך א קשיא?! פארוואס מען פארט צום הייליגן רבי שמעון פארשטייסטו אויך נישט? פארוואס מען פארט צו אנדערע מקומות הקדושים פארשטייסטו אויך נישט?!


יעצט וועל איך דיר ענטפערן פארוואס מיר פארן קיין אומאן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר מיינע תלמידים זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


דעריבער פארן ברסלב'ער חסידים קיין אומאן יעדעס יאר ראש השנה מיט מסירות נפש, ווייל ראש השנה משפט מען דעם מענטש: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו - ווערט אלעס אנגעשריבן ראש השנה.


יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, די שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; און דא איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין; קוק וואס רבי נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (שם, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ⁠ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים, כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פאררעכטן.

#174 - פארוואס לערנען די ליטווישע פלייסיגער פון די חסידישע?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי. איך דריי זיך אסאך מאל אין א גרויסע ליטווישע ישיבה צוליב מיין ארבעט, און איך זע ווי אזוי זיי לערנען שעות אויף שעות מיט א מורא'דיגע חביבות התורה, וואס איך האב קיינמאל נישט געזען פארדעם. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אזא חשק צו לערנען, וואס מ'זעט נישט ביי די חסידישע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז ווייל ביי זיי האט מען געלייגט מער געוויכט אויף לערנען ווי ביי חסידים; ביי חסידים האט מען געלייגט מער דגוש אויף דאווענען און ביי די ליטווישע האט מען געלייגט מער דגוש אויף לימוד התורה, דעריבער זעט מען ביי זיי מער התמדה אין תורה; נישט אז חסידים לערנען נישט, חסידים לערנען זייער פלייסיג, אבער דארט זעט מען א שטארקע התמדה וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "איך וועל נעמען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, איך וועל פועל'ן ביי מיינע לייט זאלן האבן די מעלות פון ביידע"; דער רבי האט גערעדט סיי פון דאס גרויסקייט פון תורה און סיי פון דאס גרויסקייט פון תפילה, דאס זעט מען טאקע ביי ברסלב'ער חסידים, יעדער איינער האט שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדה, שטענדיג האלט מען מיט זיך א ספר; אדער א חומש, אדער א משניות, אדער א תהלים און ווען מען האט נאר אפאר איבריגע מינוט כאפט מען אריין לערנען, מען פרובירט צו פאלגן דעם רבי'ן כאטשיג צו ענדיגן איין מאל אין לעבן וואס דער רבי האט געוואלט מיר זאלן ענדיגן אין איין יאר.


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן עו): "פַּעַם אֶחָד חָשַׁב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק", דער רבי האט אונז אויסגערעכנט וויפיל מיר דארפן לערנען און ענדיגן יעדעס יאר, אזויפיל שיעורים - אז עס איז נישטא קיין צייט אין טאג אזויפיל צו לערנען, "דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָראֹ"שׁ", ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס מיט רי"ף און רא"ש, "וְאַרְבָּעָה שׁוּלְחָן עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים", ענדיגן יעדעס יאר אלע פיר חלקים שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים, "וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם", און אלע מדרשים, "וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ", און גאנץ זוהר מיט תיקוני זהר, "וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אלע ספרים פון הייליגן אריז"ל, "גַם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען לערנען אביסל עיון יעדן טאג, אבער אלע אנדערע שיעורים זאל מען לערנען שנעל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


א פרייליכן יום טוב.

#173 - פארוואס דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער ווען מיין איידעם פארט קיין אומאן?
אומאן, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין איידעם איז לעצטנס נתקרב געווארן צו ברסלב, ער הערט אויס אייערע שיעורים, און ער איז געפארן אויף ראש השנה קיין אומאן.


דאס וואלט מיך נישט אזוי געשטערט, אבער וואס בין איך שולדיג אז ווייל ער פארט קיין אומאן דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער אויף יום טוב צו מיר, זיי האבן קיין עין הרע א שטוב מיט קינדער?


שפעטער האב איך געזען א בריוו פון אייך ווי איר שרייבט פאר איינעם, "פארשאף פאר דיין ווייב א פלאץ וואו צו זיין אויף יום טוב", וואס הייסט "פארשאף"? איך בין דער וואס ווערט פארשאפט. אויף וועמענ'ס חשבון זאגט איר דאס אז מ'זאל זיך אנלייגן אויף מיר אויף יום טוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם מוז איך דיר זאגן אז דו ביסט א גוטער שווער, דו קריגסט זיך נישט מיט דיין איידעם, עס שטערט דיר נישט אז ער פארט קיין אומאן, דאס ווייזט אז דו ביסט א קלוגער מענטש; וויפיל מען הערט פון אינגעלייט וואס האבן צו טון מיט זייער שווער ווען זיי פארן ראש השנה קיין אומאן, ווי די שווער און שוויגער העצן אן די גאנצע משפחה קעגן זייער איידעם, ביז עס ענדיגט זיך מיט א גט השם ישמרינו.


יעצט צו דיין פראגע, וואס דו ברויזט אויף מיר אז איך האב דיר געשיקט דיין טאכטער וכו'; איך ווייס נישט ווער דו ביסט און ווער דיין איידעם איז, אז עס איז דיר שווער אריין צו נעמען דיינע קינדער אין אייניקלעך אויף יום טוב - דארפסטו דאס זיי זאגן. עס איז זייער וויכטיג ווען די חתונה געהאטע קינדער קומען מיט זייערע קינדער, זיי לייגן זיך אן אויף די עלטערן - זיי צו זאגן קלאר ווען יא צו קומען און ווען נישט צו קומען. אויב מען קען ארייננעמען די קינדער און אייניקלעך אויף א שבת אדער אויף א יום טוב, מען האט די כוחות צו קאכן, באקן און רוימען - איז זייער שיין זיי צו לאדענען אויף שבת און יום טוב, און אז מען זעט אז מען איז נישט ביי די כוחות - דארף מען זיי געבן צו פארשטיין אז מען קען נישט קומען זיך אריין פאקן מיט די גאנצע משפחה.


קומענדיגע יאר זאלסטו מסביר זיין פאר דיין איידעם אז עס איז שווער פאר דיר און דיין ווייב אריין צו נעמען דיין ווייב מיט די קינדער אויף יום טוב, ער זאל איר פארשאפן א פלאץ וואו צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#172 - ווער איז דער צדיק האמת?
חסידות ברסלב, צדיקים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין ברסלב רעדט מען אסאך פון א צדיק, פונעם צדיק האמת, דער צדיק איז דער ראש בית, און אזוי ווייטער איבער די גרויסקייט פונעם צדיק. וויל איך פרעגן אויב די אלע דיבורים גייט ארויף נאר אויפ'ן הייליגן רבי'ן, אדער אויך אויף זיינע שפעטערדיגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע, און די אנדערע תלמידים פון רבי'ן וואס ברענגען אריין זיינע לימודים אין די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות שלוחין, הלכה ה), דער צדיק אמת לאזט איבער נאך זיך אין יעדן דור תלמידים וואס זיי ברענגען אריין די אמונה; אין יעדן דור איז דא צווישן זיינע תלמידים א ראש בית וואס ער ברענגט אלעמען צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, ווען רבי נתן איז נסתלק געווארן האבן אנשי שלומינו געזאגט אז רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה - ער איז דער ראש בית פון דעם דור, און אזוי גייט עס אין יעדן דור, די אמת'ע תלמידים פון רבי'ן וואס האבן מקבל געווען דעם רבינ'ס וועג - זיי זענען די ראש בית פונעם דור, זיי זארגן עס זאל זיין א בית, עס זאל נישט זיין אזוי ווי דער נביא קלאגט (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת", עס וואלגערן זיך הייליגע נשמות אין די גאסן, ווייל אז עס איז נישט דא קיין ראש בית וכו' - ווערן פארפאלן אידישע קינדער; אזוי ווי עס פאסירט אין אונזער דור, אידישע קינדער בני הנעורים גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, קיינער זארגט נישט פאר זיי.


קוק אריין אין די תפילה ווי רבי נתן בעט זיך ביים אייבערשטן (ליקוטי תפילות חלק ב', תפלה לג): "'וְזַכֵּנוּ בְּרַחֲמֶיךָ הָעֲצוּמִים, שֶׁנִּזְכֶּה לֵידַע בֶּאֱמֶת מִי הוּא הָרֹאשׁ בַּיִת שֶׁל הָעוֹלָם עַתָּה, אֲשֶׁר מְקַבֵּל כֹּחַ מֵהַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים הָאֵלֶּה',  העלף מיר רבונו של עולם מיט דיין גרויס רחמנות איך זאל וויסן ווער איז דער ראש בית אין די היינטיגע צייטן, וואס ער האט מקבל געווען די כח פון די הייליגע צדיקים"; ווייל אז עס איז דא א ראש בית ווערן אלע דבוק צום אייבערשטן, ווייל ער איז מגלה ומפרסם פאר די גאנצע וועלט דעם צדיק און אלע ציען זיך צום צדיק, עס בלייבט נישט פארפאלן קיין איין נשמה.


וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם צדיק אמת, דער הייליגער רבי, וואס דורך דעם ווערט דער אייבערשטער פארשפרייט אין די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#171 - יישר כח פאר'ן מיר געבן גאנץ ש"ס
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פון טיפן הארץ פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, איך האב יעצט זוכה געווען ענדיגן גאנץ ש"ס, צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס האט מיר געגעבן די כוחות נישט אויפצוגעבן נאר אלעמאל גיין העכער און בעסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען, מען הייבט אן לעבן א לעבן מיט חיות וכו' וכו', - איז די שענסטע זאך אז מען געבט דאס איבער פאר אנדערע, דאס האט מוהרא"ש געטון זיין גאנץ לעבן.


מוהרא"ש האט פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו ווערן א צדיק, עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען האבן שלום אין שטוב וכו' וכו'.


ווען מוהרא"ש איז געווארן מקורב האט מען נישט געוויסט בכלל פון ברסלב, ממש געציילטע האבן געוויסט פון רבי'ן; דעמאלט האט מוהרא"ש צוגעזאגט אז ער גייט פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, אזוי האט ער געטון גלייך נאך זיין חתונה. מוהרא"ש האט חתונה געהאט שנת תשכ"ב, צוויי יאר שפעטער האט ער שוין אפגעדרוקט פינף און אכציג טויזנט ספרים במשך איין יאר.


מיר דארפן אלע עוסק זיין אין הפצה, מקיים זיין וואס דער רבי האט אונז געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ג, מחיגר) מיר זאלן אנטרינקען ביימער, און מקיים זיין די צוואה פון רבי נתן וואס ער האט געזאגט: "אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה".


וואויל איז דעם מענטש וואס איז עוסק אין ברענגען משיח צדקינו, ער פארשפרייט די ספרים, ער פארשפרייט די דיבורים פאר אלעמען; דער האט א חלק אין די גאולה, אין ביאת משיח צדקינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#170 - חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, חסידות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים, און פאר'ן ספר "עצתו אמונה", וואו איך טרעף תשובות אויף כמעט אלע מיינע פראגעס. ברוך ה' אז איך בין געוואויר געווארן אז לעבן איז א זיסע זאך, פארשטייט זיך ווען עס איז מיט'ן אייבערשטן. בזכות דעם ראש ישיבה שליט"א גיי איך יעצט אי"ה ענדיגן ששה סדרי משנה צום צווייטן מאל, און אזוי אויך בין איך מעביר סדרה יעדע וואך.


מיין שאלה איז אזוי, דער הייליגער רבי זאגט דאך אז מ'זאל נישט לערנען קיין חקירה ספרים, וויל איך וויסן אויב דער הייליגער ספר התניא איז אויך אריינגערעכנט אין ספרי חקירה, און בכלל אויב די שיטה פון חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן.


אויך האב איך געוואלט דאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן אריינברענגען אין מיר די זאך פון התבודדות, וואס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע אמונה און רואיגקייט דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, און איר זאלט האבן אסאך אידיש נחת פון אייערע קינדער און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בכלל נישט; ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט חב"ד, ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און קיינער איז נישט קיין סתירה מיט אן אנדערן, ווייל כלל ישראל איז געבויט אזוי ווי א געשטאלט, דער איז איין חלק און אן אנדערער איז א צווייטע חלק.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, די צען ספירות ווערט איינגעטיילט אין פיר חלקים. די מקומות וואס רעדן און לערנען מוסר און דרוש, דאס קומט פון די ספירות נ'צח, ה'וד, י'סוד און מ'לכות, - ראשי תיבות נהי"ם. די צווייטע חלק איז אלע חסידי'שע פלעצער וואס האבן געלייגט א שטארקע געוויכט אויף טון מצוות בשמחה, טון מצוות מעשיות, ליב האבן די מצוות פונעם אייבערשטן וכו' וכו', דאס קומט פון די ספירות ח'סד, ג'בורה און ת'פארת - ראשית תיבות חג"ת. נאכדעם איז דא די ספרים פון די ליובאוויטשער רבי'ס - אנגעהויבן פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, זייער וועג איז זיך מתבונן זיין זייער טיף אין אלוקית. דאס קומט פון די ספירות ח'כמה, ב'ינה און ד'עת - ראשי תיבות חב"ד. נאכדעם קומט דעם רבינ'ס וועג, די וועג פון התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ביז מען ווערט אנגאנצן בטל ומבוטל צום אין סוף ברוך הוא, דאס איז כת"ר, דאס איז זייער א הויכע דרגה. צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין צוצוקומען, אפילו דער וואס איז שוין אזוי שטארק אראפגעפאלן, ער ליגט אין שאול תחתיות ומתחתיו רחמנא לצלן, אויב וועט ער נעמען די עצה פון רבי'ן, ער וועט רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער חבר, ער וועט וויינען, ער וועט ארויסזאגן אלע זיינע רצונות ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד - וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו די העכסטע דרגות שבעולם.


יעדער האט זיין וועג, אינאיינעם זענען אלע אידן איין געשטעל, יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים; כל זמן מען גייט נישט אוועק פון שלחן ערוך קיין זוז כלשהו - קען יעדער גיין זיין וועג, מען דארף זיך אבער נישט קריגן, מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - מיין מאן איז נאר פארנומען מיט ברסלב, איז דאס די ריכטיגע וועג?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן טענה'ט אז זייט ער איז מקורב געווארן צו ברסלב, האט ער אנגעהויבן צו לעבן. איך מיין אבער אז זייט דעמאלט איז אונזער לעבן ממש חרוב געווארן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס ער האט פאר לאנגע שעות יעדן טאג זיך צוגעהערט צו שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין פון קול ברסלב, דערנאך האט ער יעדן טאג געדארפט גיין קוקן אויב ס'איז דא פרישע בריוו פונעם ראש ישיבה, און וואו ער גייט און שטייט האט ער אלץ א משניות, תהלים, גמרא, אדער אן אנדער ספר, און ער קומט נישט אן צו רעדן אפילו מיט מיר.


ער טענה'ט אז דער ראש ישיבה איז זיין רבי און מורה דרך, דערפאר וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען אונז ענטפערן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, צו זיין פארנומען מיט ברסלב פאר 24 שעה א טאג, און ממש נישט אנקומען זיך אפצוגעבן מיט די ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אינטערעסאנט וואס איר שרייבט, עס הערט זיך זייער מאדנע אז אייער לעבן איז אייך חרוב געווארן זייט אייער מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב; עפעס שטימט נישט, עפעס פעלט פון די מעשה, איר באהאלט עפעס.


איך ראט אייך איר זאלט אליינס הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, איר זאלט זיך אליינס איבערצייגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים און וואס מען שרייבט אין די בריוו; נישטא נאך א פלאץ וואס זאל אזוי מחזק זיין די אינגעלייט אויף שלום בית ווי ביים רבי'ן, נישטא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס שלום בית זאל זיין נומער איינס - ווי ביים רבי'ן; עס מוז זיין אז איר זוכט שלעכטס אויף ברסלב, ווייל איר האט געהערט שלעכטס אויף דעם פלאץ, אדער שעמט איר זיך פון אייערע חבר'טעס, דעריבער זוכט איר שלעכטס אויף אייער מאן.


איך וויל אייך פרעגן, עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן האלט מיט זיך א משניות?! עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן הערט זיך צו צו שיעורי תורה?! וואס האט אייער מאן געטון איידער ער האט געטראפן דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער זיך געשפילט מיט א טעלעפאן, איז דאס געווען בעסער?! וואס האט אייער מאן געהערט איידער ער האט געפונען דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער געהערט האטליינס פון נייעס, דאס איז בעסער?!


עס זעט אויס ווי עס ליגט אין אייך א באהאלטענע פיינטשאפט, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס זאל אייך שטערן אז אייער מאן לערנט און איז זיך מחזק מיט גוטע עצות ווי זיך צו פירן מיט יראת שמים.


אויב בין איך נישט גערעכט, איר האט נישט קיין שום פיינטשאפט, נאר איר זענט פשוט א רחמנות אז אייער מאן העלפט אייך נישט, ער איז פארנומען מיט ברסלב פיר און צוואנציג שעה און אויף אייך קוקט ער נישט, דעמאלט זייט נישט בייז אויף ברסלב, דאס איז זיין אייגענע פראבלעם; און אז ער האט אזא פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס א ווייב איז - זאלט איר אים מחזק זיין צו לערנען מער ספרי ברסלב. זייט אים מחזק ער זאל לערנען די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, וועט ער זען צוביסליך וואס א ווייב איז, ווי מען דארף מכבד זיין א ווייב, ווי מען דארף רעדן צו א ווייב; געבט אים צו הערן די שיעורים ווי מען רעדט צו די בחורים און אינגעלייט ווי מען זאל האלטן טייער און חשוב די ווייב, ביז ער וועט אנהייבן לעבן מיט אייך ווי עס דארף זיין.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט לעבן מיט איין וועג, ביידע זאלן זיך פארשטיין, ביידע זאלן מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן; דורך תפילה וועט איר זוכה זיין אז עס זאל זיין שלום אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.