שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך ארבעט אין א געשעפט, און ס'איז מיר שווער צו היטן די אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


איך ארבעט אין א געשעפט, און איך דארף כסדר האנלען מיט פרויען, און עס איז מיר זייער שווער מיט שמירת עינים. איך בין געווען זומער אין קעמפ על מי מנוחות, איך בין געווען ארומגענומען מיט קינדער א גאנצע טאג, און ס'איז געווען זייער גוט. אבער יעצט בין איך צוריק געקומען אין שטאט, איז מיר זייער שווער צו היטן די אויגן, סיי אויף די גאס און בפרט אין געשעפט וואו איך בין א גרויס חלק פון טאג.


יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואוינט אין ברסלב אויפן גאס וואו דער מארק פלעגט זיין, און ער האט שטענדיג געהאלטן די פענסטער און די פירהאנג פארמאכט; בדרך כלל איז שטענדיג דא א רעש וכו' ביי דער פלאץ וואו דער מארק איז, מיט דעם אלעם איז ר' נתן קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום פענסטער קוקן וואס עס טוט זיך אין גאס. איינמאל איז געווען זייער א גרויסער און אומגעווענליכער רעש, ר' נתן איז געזיצן ביי זיך אין שטוב און געשריבן זיינע חידושי תורה, און ווען ער האט געהערט די הויכע קולות, ווי מען שרייט, האט ער אראפ געלייגט דעם פעדער, און געוואלט גיין קוקן וואס עס גייט פאר, ווען ער האט זיך שוין אויפגעשטעלט צו גיין קוקן, האט ער אנגעכאפט דעם טיש און געזאגט צו זיך אליין: "נתן נתן... איין קוק ווייניגער אויף די וועלט – איז פארט בעסער", און ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט. ר' נתן זכרונו לברכה איז צוגעקומען צו האבן ישוב הדעת, ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז עס איז דיר זייער שווער צו היטן די אויגן, געב איך דיר אן עצה, אז דו זאלסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל דיר העלפן, דו זאלסט זוכה זיין צו האבן שמירת עיניים. פאר דו גייסט ארויס פון שטוב צו גיין צו דער ארבעט, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן אפגעהיטענע אויגן. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה, שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב און ער האט מורא אז ער וועט נכשל ווערן נישט צו היטן די אויגן, זאל ער זאגן דעם פסוק הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן, און אזוי וועט ער זיך קענען היטן די אויגן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב, זאל ער לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קורצע תפילה: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל צוריק קומען בשלום, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו'", און אזוי וועט ער מצליח זיין; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג צו זיין אפגעהיטן, נאר אז מען בעט אסאך דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אז דער אייבערשטער איז דא אויף דער וועלט, און אז מיר קענען זיין ערליכע אידן אפילו מיר זענען פשוט'ע מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה א, כא) בית שמאי און בית הלל קריגן זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, דער הימל צי דער ערד, בית שמאי האלטן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפן דער הימל און נאכדעם דער ערד, און בית הלל זאגן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפען דער ערד און נאכדעם דעם הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵי נֶחְלְקוּ אָבוֹת הָעוֹלָם עַל בְּרִיאַת שָׁמַיִם וָאָרֶץ, שֶׁאֲנִי אוֹמֵר שָׁמַיִם וָאָרֶץ לֹא נִבְרְאוּ אֶלָא כְּאִלְפָס וְכִיסּוּי, איך וואונדער זיך אויף די גרויסע צדיקים - די בית שמאי און בית הלל וואס קריגן זיי זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, איך האלט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די ערד מיט די הימל ביידע צוזאמען, אזוי ווי א טאפ מיט איר דעקל". מוהרא"ש איז דאס זייער שיין מסביר, אז די בית שמאי האלטן, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די הימלען, ווייל שמים ווייזט אויף רוחניות, צו ווייזן פארן מענטש אז דער עיקר איז נאר 'שמים', זיין א 'הימל מענטש' - אויסגעטון פון דער וועלט, און בית די בית הלל זאגן: ניין, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די ערד, צו ווייזן אז מען דארף זיין דא אויף דער ערד, און נאכדעם גייט מען צום הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "איך פארשטיי נישט וואס איז די גאנצע מחלוקה, מען קען זיין דא אויף דער וועלט און זיין אויבן - טראכטן פונעם אייבערשטן און דאווענען און לערנען. און מען קען זיין אויבן - זיין דבוק צום אייבישטער, דאווענען און לערנען און זיין אויף דער ערד - חתונה האבן און האבן קינדער און זיי מפרנס זיין וכו' וכו'; דאס האט מוהרא"ש אריינגעברענגט אין אונז, אז מען קען זיין אן ערליכער איד אפילו מען ארבעט, און אפילו מען איז א גאנצן טאג פארנומען צו ברענגען פרנסה - דאך קען מען זיין דבוק צום אייבערשטן, דארט ביי די ארבעט.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם מיט צו דיין ארבעט א זעקל ספרים, פאק דיר איין א חומש, מיט א קליינע משניות'ל, א תהילים וכו', און ווען דו האסט א איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן א פרק משניות, א דף גמרא וכו'. געווענליך האבן נישט די בעלי בתים ליב צו זען ווי זייער ארבעטער לערנט וכו', אבער אנשטאט צו שטיין ווי א גולם און נאכקוקן יעדע פרוי וכו', אנשטאט צו שטיין און קוקן וכו', זאלסטו אריין כאפן א קאפיטל תהילים, א פסוק חומש.


מיר האבן די וואך אין די תוכחה, וואס דער תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים; מען זעט אינגעלייט ווערן פשוט משוגע פון קוקן שמוץ, עד כדי כך אז ער שטייט און קוקט נאך פרויען און מיידלעך אן קיין בושה, עס איז דא וואס פארלירן נעבעך זייער שכל אינגאנצן, זיי קענען שטיין שעות און פרובירן אריין קוקן אין א פענסטער אפשר וועט ער זען וכו', וואס באמת איז עס איין גרויסע דמיון, ווייל מען האט פון דעם גארנישט נאר בזיונות.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ח): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת" ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט אויף קיין שלעכטס, ווערט ניצל פון בזיונות; דאס אליין דארף דיר העלפן ביישטיין דיינע נסיונות, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז בעסער זיך צו היטן די אויגן ווי צו האבן נאך א בזיון.


שטארק דיך און ווער נישט צופאלן ווען דו זעסט אז דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דו זאלסט נאכאמאל און נאכמאל צוריק גיין צום אייבערשטן, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון - דער יצר הרע ברענט אין מיר, העלף מיר איך זאל זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, רבונו של עולם איך שטיי דא אין געשעפט ווייל איך דארף אהיים ברענגען פרנסה, איך דארף אויסהאלטן מיין ווייב און קינדער, מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין בית המדרש, עס איז מיר אזוי שווער דא, איך דארף מיר פשט רייסן צו זיין אן ערליכער איד...." אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט אייגענע תפילות איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל ווייל עס קומט ארויס גלייך פון הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.