תוכן השאלה
א אינגערמאן פרעגט:
איך דרייוו א באס אינדערפרי און נאכמיטאג, און אינמיטן טאג בין איך א מלמד פאר קליינע קינדער, און איך דעק זיך נישט, איך האב איין שעה ליידיג נאכמיטאג צווישן זיין א מלמד און דרייוון דעם באס, האב איך צוגעלייגט צו דרייוון נאך א באס רוט, דער פראבלעם איז אבער אז איך פיל נישט ווי א מענטש, איך פיל ווי א שמאטע, און איך האב נישט קיין צייט פאר גארנישט; פון די אנדערע זייט אבער דארף איך האבן די געלט, און אפילו אזוי דעק איך זיך קוים וואס טו איך דא ווייטער?
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
עס פעלט נישט אויס צו טון אזויפיל פאר פרנסה, ענדערש אין די שעה זאלסטו זאגן אביסל תהלים און זיך אביסל מתבודד זיין.