שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין דורך א שווערע צייט אין שפיטאל, און איך ציטער צו גיין אין מקוה
רפואה, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, פאר אלע דרשות און חיזוק.


איך האב געהאט א יאר צוריק א שווערע אינפעקשאן, עס האט מיך געקאסט אסאך עגמת נפש, עד כדי כך אז איך האב געווען אין שפיטאל, נישט מער געדאכט.


דעמאלט האבן מיר אפאר דאקטורים געזאגט נישט צו גיין מער אין ‏מקוה, סיי אז איך זאל עס נישט באקומען נאכאמאל (חס ושלום), און סיי אז אנדערע זאלן עס נישט באקומען.


עס איז שוין באלד א יאר, און איך וויל זייער שטארק אנהייבן צוריק גיין אין מקוה, אבער איך האב זייער אסאך שרעק פון דעם. אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן אן עצה, יישר כח.


לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און אפילו דו ביסט פיל מיט יסורים ה' ירחם, עס גייט איבער אויף דיר שווערע זמנים, זאלסטו זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז דער אייבערשטער, און ער טוט אלעס; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דו האסט זיכער א זיידע אדער א באבע וואס איז געווען אין גיהנום ביי די דייטשן ימח שמם, האסטו זיכער געהערט מעשיות וואס זיי זענען אריבער; עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן ווי מענטשן האבן געהאט כח דאס איבער צו לעבן, און עס איז א מורא'דיגע וואונדער ווי אזוי זיי האבן געהאט די כח נאכאמאל אויפצושטעלן א אידישע שטוב, נאכן זען מיט די אייגענע אויגן ווי מען האט זיי אלעס צוגענומען, און אויסגע'הרג'ט זייער גאנצע שטוב השם ישמרינו; נאר דער תירוץ איז, אז די אלע וואס האבן געלעבט מיט אמונה, זיי האבן געלעבט מיטן אייבערשטן, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי איז פונעם אייבערשטן; מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן גארנישט, ממילא האבן זיי געהאט די כוחות נאכאמאל אויפצושטעלן א דור פון קינדער און אייניקלעך פארן אייבערשטן.


ווען דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר איז געווען אין ארץ ישראל, האט אים דער גרויסער בעל מקובל רבי אשר זעליג מרגליות זכרונו לברכה געפרעגט וועם קען מען געבן א קוויטל אינעם היינטיגן דור, האט אים דער רבי זכותו יגן עלינו געענטפערט: "ווען דו וועסט זען א איד ציט ארויף זיין ארבעל צו לייגן תפילין, און אויף זיין האנט איז דא א נומער פון די דייטשן ימח שמם, דעם איד קען מען געבן א קוויטל און בעטן א ברכה"; ווייל א איד וואס איז אריבער דעם גיהנום אויף דער וועלט, וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי זיי האבן דאס דורך געלעבט, האט אמונה אינעם אייבערשטן, און ער קומט אין שול דאווענען און טוט אן טלית ותפילין - דער איד א צדיק.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אריבער א שווערע זמן, דו ביסט געווען אין שפיטאל נישט מער געדאכט, זאלסטו זיך שטארקן מיט אמונה, און אזוי וועסטו ווערן געזונט, ווייל אלע קרענק קומען פון דעם וואס א מענטש איז דעפרעסט; מען דארף ארבעטן אויף שמחה מיט אלע כוחות.


ווער עס האט זוכה געווען צו זען מוהרא"ש זכרונו לברכה. דעם שמייכל פון מוהרא"ש קען מען נישט פארגעסן; שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, מען האט געקענט מיינען אז עס גייט אים טאקע גוט, עס האט אויסגעזען ווי ער האט אלעס וכו', וואס ווער עס ווייסט איז עס געווען פונקט פארקערט, מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, און ער האט געהאט אויסצושטיין ביטערע יסורים מבית ומבחוץ (זאכן וואס מען קען נישט פארציילן וד"ל), מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה: "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל, וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, איך פלעג וויינען יעדן טאג מיין גאנץ לעבן פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף אים פון אינדרויסן.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז ער איז אמאל געווען ביי מוהרא"ש ביינאכט, ווייל ער האט געדארפט עפעס פארעכטן; ער איז דעמאלט געווען זייער צעבראכן, ער איז זיך נישט אויסגעקומען מיט זיין ווייב וכו' און ער איז אריין אין א שרעקליכע דעפרעשן. בשעת ער האט געארבעט דארט ביי מוהרא"ש, טראכט ער צו זיך: 'איך קען מער נישט אויסהאלטן', און ער האט געטראכט מחשבות פון אנטלויפן, אבער ער האט נישט געוויסט וואו צו אנטלויפן, עס איז אים אריין געקומען מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, אבער ער האט געטראכט 'וואס וועט מען זאגן וכו'', בקיצור, אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט ווען ער איז מרה שחורה; פלוצלינג קומט ארויס מוהרא"ש מיט דעם שמייכל וואס ער האט אלעמאל געהאט, און זאגט אים: "יענקל, וואס ביסטו אזוי צעבראכן?" רופט זיך אן דער אינגערמאן: "איך האב א שלעכטע ווייב, זי טרינקט מיר מיין בלוט וכו' וכו'", זאגט אים מוהרא"ש: "און אז מען האט א שלעכטע ווייב וואס טרינקט דאס בלוט איז אן עצה צו זיין צעבראכן? קום טאנצן"; מוהרא"ש זאגט אים: "יענקל, איך האב אויך א שווערע שטוב, אבער דאס איז נישט קיין עצה צו זיין מרה שחורה", און מוהרא"ש האט אים אנגעכאפט און געטאנצן מיט אים פאר אפאר מינוט; דער אינגערמאן האט מיר פארציילט, אז ווען ער איז אהיים געגאנגען האט ער געטראכט צו זיך: 'מיין ווייב איז באמת נישט אזוי שלעכט וכו' וכו'', נאר די מרה שחורה, דאס מאכט אז א מענטש זאל זיך פארלירן רחמנא לצלן.


זעט מען פון דעם, אז אפילו א מענטש האט א שווערע לעבן, דארף ער זיך פרייליך מאכן מיט אלע זיינע כוחות; ווען מוהרא"ש האט געזען א אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך, פלעגט ער אים פרייליך מאכן; דאס דארפן מיר נאכמאכן, און דאס דארף זיין אונזער שטרעבן - צו זיין שטענדיג פרייליך און ארום גיין מיט א שמייכל.


דו קענסט גיין אין מקוה, און דו דארפסט זיך גארנישט זארגן; דאס וואס די דאקטורים האבן דיר געזאגט זאלסט נישט גיין וכו', דאס איז ווען מען האט אן אינפעקשן, דעמאלט טאר מען נישט גיין אין מקוה, ווייל מען קען גורם זיין אז דאס זאל אריבער גיין אויף אנדערע מענטשן, אבער יעצט אז דו ביסט געזונט, זאלסטו אודאי גיין אין מקוה, ווייל מקוה היילט אלע קרענק; מקוה איז א געזונטע זאך פארן מענטש ברוחניות ובגשמיות, קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכג): "א דאקטער וואס זאגט אז מקוה שאדט פארן מענטש - איז קיין דאקטער נישט"; ווייל מקוה איז זייער געזונט פארן מענטש, און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, זאלסט ארויס גיין פון אלע דיינע פראבלעמען.