תוכן השאלה
איך האב געוואלט פרעגן וועגן גיין אין מקוה, אויב איז גענוג צו נעמען א שויער, ארויפצוגיסן אויף זיך תשעה קבין וואסער, אדער מוז מען דוקא גיין געהעריג אין מקוה?
יוסי
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד יוסי נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז מקוה איז זייער א גרויסע זאך, ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה, דעמאלט אין יענע רגע טובל'ט מען אויבן אין הימל זיין נשמה, און מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל-יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז דער זעלבער לשון פון תקוה -אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".
דאס וואס דו פרעגסט אויב מען קען יוצא זיין מיט תשעה קבין; דאס איז נאר אויב א מענטש האט נישט קיין מקוה, למשל מען איז אונטערוועגנס וכדומה, אדער א מענטש וואס איז א חולה וכו', דעמאלט קען מען נעמען א שויער און לאזן רינען די וואסער פאר בערך פינף מינוט. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר פאר א מאן, און אויך נאר בשעת הדחק.
אבער אז מען איז זוכה און מען גייט אין מקוה ברענגט מען אויף זיך זייער א גרויסע קדושה; דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען", און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צו געקומען צו אלע זיינע מדריגות, ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.