שאלה אין קורצן ענין
#1 - די גרויסקייט פון משניות. דארף מען משלים זיין די גמרא וואס מ'האט פארפאסט?
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און כמעט יעדן טאג זאג איך אויך דעם דף גמרא.


מיין שאלה איז אין די טעג וואס איך פארפאס צו זאגן דעם דף, זאל איך משלים זיין דעם קומענדיגן טאג, אדער נישט.


יישר כח, משה יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד משה יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע שלעכטס, און עס ברענגט א הייליגקייט אויפן מענטש.


ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט אים דער רבי געהייסן ער זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות, און אזוי טוען מיר אלע "תלמידי היכל הקודש חסידי ברסלב"; מיר זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. און מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות'ל איז מען גלייך חושד אז ער דריידט זיך ביי מיר".


מוהרא"ש האט געמאכט א ניגון מיט אידישע גראמען אויף די גרויסקייט פון משניות:


כַּךְ וְכַּךְ דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער ס"מ קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְן דַאךְ.


וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ,


גִיבּ אִיךְ פוּן אִיהְם אַ גְרוֹיסְן לַאךְ,


אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ,


דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ.


וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם,


אִיךְ וַוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען.


אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן,


אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים, אוּן וֶוערִים, אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה,


פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועקְפִּיצְן.


אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן,


אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן.


וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט,


וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן.


אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן.


אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר די ישיבה אז מיר זאלן דאס זינגען צוזאמען אלע בחורים, כדי מיר זאלן זיך איינ'חזר'ן וואס דער רבי וויל פון אונז און וואס ברסלב'ע חסידות איז; מיר זאלן געדענקען אז קיינער וועט נישט העלפן דעם מענטש, נאר די פרקים משניות וואס ער לערנט יעדן טאג.


ועל כולם, וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג א בלאט גמרא; מוהרא"ש ברענגט אראפ פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין) אז "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג איז א חיוב, אזוי ווי מען דארף אנטון תפילין יעדן טאג".


ווען א איד לערנט גמרא פארברענט ער זיין יצר הרע; דערפאר - זאגט מוהרא"ש - זעט מען אז דער יצר הרע וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, נאר נישט לערנען גמרא, פון דעם האט ער זייער מורא.


קוק נישט וואס איז געווען נעכטן; יעדן טאג איז א נייע טאג. אז דו וועסט אנהייבן מיט משלים זיין פון דיינע פריערדיגע טעג וכו' וועסטו דארפן משלים זיין פון ווען דו ביסט געבוירן און אויך פון די פריערדיגע גלגולים, לעב מיטן היינטיגן טאג - אזוי וועסטו מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.