תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע עצות און חיזוק און פאר'ן מיר געבן אזויפיל גוטע זאכן, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, משניות, בית נצחי, און נאך פילע גוטע זאכן.
איך האב א וויכטיגע שאלה צו פרעגן, ברוך ה' מיר האבן א גוטע שלום בית, מיין ווייב איז א ערליכע פרוי ברוך ה', ווען עס קומט אבער צו איין זאך האב איך א פראבלעם.
פאר מיין ווייב איז וויכטיג צו גיין אסאך אויף וואקאציע, גיין גלות ליידן, גיין אויף אויספלוגן, און אזוי ווייטער. דער פראבלעם איז אבער אז די פלעצער וואו זי וויל גיין מיט מיר זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן, איין מאל בין איך געגאנגען מיט איר קיין פלארידא און איך בין נכשל געווארן אומווילנדיג אין שמירת עינים, און דעמאלט האב איך אנהויבן זייער נישט גוט שפירן, און איך האב עס אנגעהאנגען אין דעם, דער אייבערשטער האט מיר געוואלט געבן א סימן אז עס איז נישט גוט צו גיין צו די סארט פלעצער.
מיין ווייב רעדט זיך אויך אפ אז איך וויל נישט גיין מיט איר צו רוב פלעצער וואו זי וויל גיין אין די זומער, צו גוי'אישע מאאלס, פארקס, גוי'אישע געשעפטן, און דאס גלייכן. וואס זאל איך טון אז מיין הארץ לאזט מיר נישט אהינגיין, און איך שפיר אז איך קען נישט גיין קיין פלארידע וואס רוב זיכער גיי איך דארט נכשל ווערן אין ראיות אסורות און אויך אויפ'ן פליגער.
איך וויין יעצט בשעת איך שרייב די שורות, פארוואס וויל מיין ווייב איך זאל גיין צו פלאצער וואס גייט מיר פארברענען מיין נשמה? איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה מיר צו געבן אן ענטפער וואס צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.
גיי מיט איר אויף וואקאציע; וואס איז אזוי געפערליך צו גיין אביסל מיט די ווייב זיך אפרוען, עס איז נישט כדאי צו מאכן וועגן דעם א רייבעריי, געב נישט דעם סמ"ך מ"ם ער זאל צעברעכן דיין שטוב, געב אכטונג אויף דיין שלום בית. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", אזוי כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ער לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.
גיי מיט איר וואקאציע, גיי מיט איר איינקויפן, גיי נישט אויף א פלאץ וואו עס איז דא פריצות. אז דו גייסט זיך אפרוען - זאלסטו נישט גיין צום ים וואו עס איז דא פריצות, גיי מיט איר שפאצירן און איינקויפן, וועט זי לעבן מיט דיר בשלום.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.