תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן וואו דער רבי שרייבט וועגן געבן נידלעך [shots] פאר די קינדער. איך ווייס אז מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם.
און אויב די ווייב וויל נישט געבן נידלעך [shots], וואס טוט מען? איז עס עפעס וואס מ'דארף זיך שטעלן אויף דעם?
א גרויסן יישר כח פאר די אלע שאלות ותשובות וואס העלפן מיר ארויס גאר אסאך.
דוב בער
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד דוב בער נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי האט געזאגט אז אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער, גייט אראפ דער גראד ביז אונטער 0, עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער 0) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).
מיר ווייסן אז דער רבי האט זייער געווארנט מען זאל אכטונג געבן פון דאקטורים וכו' (עיין שיחות הר"ן, סימן נ); מיט דעם אלעם האט ער געהייסן אז מען מוז געבן פאר יעדעס קינד שאטס. דאס האט דער רבי נאך געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק ווען די מעדעצינען זענען נאך נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, דערפאר טאר מען נישט זיין קיין אויבער חכם נאר מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן און געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות און שלעכטע קרענק.
ליידער זענען דא מענטשן וואס ווערן פארפירט פון נארישע מענטשן וואס האלטן דרשות וכו' און מען דערשרעקט עלטערן אז מען זאל נישט גיין צו דאקטורים וכו', מען שרעקט אן מענטשן אז מען זאל נישט געבן קיין שאטס פאר די קינדער וכו'.
דער רבי זאגט ביי די מעשה פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז געווען א כתה וואס זיי האבן געהאלטן אז דער עיקר איז דער דיבור וכו', זיי האבן געטראפן א משוגע'נעם פראנצויז וואס ער האט גערעדט צו זיך אליין, האבן זיי אים אויפגענומען פאר זייער קעניג, ווייל ער איז דאך ביים תכלית אז ער האלט שוין ביי דעם אז ער רעדט שטענדיג צו זיך אליין", מוהרא"ש זאגט (בספר נהרי אפרסמון, שם) אז דא איז דער רבי מגלה דער וועג ווי אזוי אלע שקרנים פארכאפן מענטשן אין זייער שקר, דער וועג איז דורך זייער כח הדיבור; זיי פארדרייען דעם מח פון מענטשן מיט זייער וועג פון רעדן, און עס איז א גרויס רחמנות אויף די מענטשן וואס גייען נאך די מדברים. דער רבי פירט דארט אויס דעם לשון: "און ער האט זיי בודאי געפירט בדרך הישר", דער רבי דרוקט דא דוקא דעם לשון, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נאך איינעם וואס זוכט איינצורעדן מענטשן דורך זיינע דרשות.
מוהרא"ש זאגט: "דער כלל זאלסטו שטענדיג האלטן פאר דיינע אויגן 'אויב א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטן, איז אלעס איין גרויסער שקר; ווען מען הערט א דרשה, אדער מען גייט צו איינעם פאר שלום בית, חינוך הילדים וכו', און יענער רעדט וכו' און ער ברענגט נישט אריין אין דיר דעם אייבערשטן, אנטלויף פון אזא איינעם ווייל ער וועט דיר אומגליקליך מאכן".
דאס וואס דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דיין ווייב זאל אפלאזן די אלע מדברים וואס דרייען א קאפ וכו'; עס איז נישט כדאי צו מאכן א מחלוקת וועגן דעם. איך מיין אז דו זאלסט איר ווייזן דעם בריוו, זי זאל זען וואס דער רבי זאגט וכו', וועט זי שוין אליינס אפלאזן די אלע וואס האקן אין קאפ וכו'.
בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית; איר זאלט זיך שטענדיג גוט פארטראגן וכו' און האבן געזונטע קינדער. עס איז נישט כדאי צו גיין מיט כח, ווייל נאכדעם קען מען אלעס פארלירן.
וויסן זאלסטו אז דער יצר הרע זוכט נאר צו מאכן א פירוד צווישן מאן און ווייב; ביי יעדן איינעם פארשטעלט ער זיך מיט אן אנדערע פנים. ביי איינעם קומט ער מיט א פרומע'ן פנים, ער רעדט איין דעם מאן אז ער זאל זיך צוקריגן מיט זיין ווייב ווייל זי טוט נישט וכו', נאכדעם גייט ער צו די פרוי און זאגט איר אז איר מאן טוט נישט דאס און דאס, ביז ער מאכט א מחלוקת צווישן זיי. אן ערליכער איד דארף האלטן איין זאך שטענדיג פאר זיינע אויגן: "איך גיי מיך נישט קריגן מיט מיין ווייב - זאל זיין וואס זאל זיין", און דאס זעלבע דארף א פרוי האלטן פאר אירע אויגן: "איך גיי אלעס טון צו לעבן בשלום מיט מיין מאן"; אויב מען לעבט אזוי, דאן קומט מען זיך דורך מיט יעדע פרט אין לעבן.
ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות (עיין שיחות הר"ן סימן רסג; רסד); איך געדענק מעשיות פון אינגעלייט וואס זענען זיך געקומען אפרעדן צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אז זייער ווייב וויל זיך נישט אפשערן די האר וכו' און מוהרא"ש האט זיי געזאגט אז זיי זאלן דאס נישט פארלאנגען בכח וכו', נאר רעדן שיין פון די גרויסקייט פון א פרוי וואס געבט אכטונג אויף דעם. מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל ווייזן דא וואס שטייט אין זוהר (פרשת נשא, דף קכה) די שרעקליכע זאכן וואס פאסירט אין א שטוב וואו מען זעט ארויס די האר פון די פרוי; אז דאס ברענגט ארעמקייט אין שטוב, דאס איז גורם אז די קינדער זאלן נישט זיין ערליך וכו' עיין שם. מוהרא"ש האט געווארנט די אינגעלייט אז זיי זאלן נישט גיין מיט כח אפילו ביי אזעלכע הארבע ענינים וכו'.
איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט טון דאס זעלבע וואס די מדברים טוהן; זייער גאנצער כח איז רעדן און רעדן און רעדן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; דאס קען מען זען ביי די פרויען וואס מאכן "האט-ליינס" און רעדן און רעדן און רעדן קעגן שאטס וכו'; זיי האבן נישט וואס צו זאגן, נאר זאגן איבער דאס זעלבע נאכאמאל און נאכאמאל, אז דער איז קראנק געווארן פון שאטס און דער איז האלב קראנק פון שאטס, אזוי דערשרעקן זיי אלעמען. דו טו דאס זעלביגע, רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר מחזק, שמועס מיט איר פון אלע סארט זאכן וואס אינטערעסירן איר, וועט זי אטעמאטיש אפלאזן די אלע מדברים.
ועל כולם זאלסטו וויסן אז וואס מען וויל פועל'ן, וואס מען וויל האבן - קען באקומען דורך תפילה. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס תפילה איז, וואלט מען אלעס אפגעלאזט און נאר געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן, ווייל וואס תפילה פועל'ט קען קיין שום זאך נישט פועל'ן. אודאי דארף מען האבן אסאך געדולד, עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער ווער עס האט סבלנות און ווארט אויס אויף זיין ישועה, ער גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן, דער וועט ביים סוף זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען און ער וועט געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.