תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די שיעורים וואס געבט מיר חיזוק כסדר. איך וואוין נישט אמעריקע, אבער אויך דא קומט אן די גליונות און די עצתו אמונה, און מיר האלטן מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.
יעצט איז דא פארשפארט אלע ישיבות, חדרים, בתי מדרשים, און מקוואות, צוליב די קאראנע וויירוס. ס'איז זייער שווער צו טרעפן א מנין און א מקוה, וויל איך וויסן וויפיל איך דארף זיך איבערשטרענגען יא צו זוכן א מקוה און א מנין?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די ערשטע זאך דארפן מיר וויסן און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם אז מיר אידישע קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר פארגעסן נישט קיין איין רגע פונעם אייבערשטן. מיר ווייסן און גלייבן אז ער און נאר ער פירט די וועלט, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין; אלעס אלעס איז ער אליין וואס פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון, ער פירט דאס מיט גערעכטיגקייט.
ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען נישט פארלוירן פון קיין שום זאך; מען לעבט מיט בטחון אינעם אייבערשטן וואס ער געבט לעבן און ער וועט אונז העלפן מיר זאלן פטור ווען פון די מחלה פון קאראנע און פון אלע מחלות וחלאים רעים.
יעצט דארפן מיר מקיים זיין וואס דער נביא זאגט (ישעיה כו, כ): "לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ וּסְגֹר דְּלָתְךָ בַּעֲדֶךָ, חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם"; עס איז א צייט וואס מיר דארפן בלייבן אין שטוב, עס איז נישט קיין צייט פון זיך דרייען אין גאס וכו'. מיר דארפן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.
יעצט ווען אלע מקוואות זענען פארשלאסן קען מען נוצן ט' קבים וואסער אנשטאט מקוה, פארשטייט זיך נאר פאר מענער און נאר ווילאנג עס איז נישט דא קיין מקוואות.
אז מען האט נישט קיין מנין דאווענט מען אן מנין, דער אייבערשטער זעט און ווייסט ווי שטארק מען וויל דאווענען מיט מנין און ער נעמט עס אן אזוי ווי מען דאווענט מיט מנין.
דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אונז שיקן דעם גואל צדק משיח צדקינו זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, עס זאל מקוים ווערן (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", און ער זאל אונז אהיים טראגן קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים", אמן.
א פרייליכן יום טוב.