תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים יעדן טאג, און איך האב זיך אסאך פארבעסערט אין זכות פון די שיעורים.
איך וועל פרעגן איבער שערן די האר. ס'איז מיר זייער שווער עס צו טון, אפילו ס'איז אזוי איינגעפירט אין אונזער משפחה. איך האב געהאט שיינע האר און איך וויל מיין מאן זאל אויך הנאה דערפון.
אפשר קען מען שערן נאר די האר וואס קען זיך ארויסשטעקן פונעם טיכל, אדער דארף מען דוקא אפשערן די גאנצע האר?
אויך וויל איך וויסן אויב ס'קען זיין אז ווייל איך בין נישט אזוי מקפיד אויף דעם, דערפאר גייט מיר די שלום בית נישט אזוי גרינג?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז איר וועט זיך אפשערן אייערע האר וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים. אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (עירובין ק:) ווען חוה האט צוגעהערט צום שלאנג און געגעסן פונעם עץ הדעת איז זי געשאלטן געווארן מיט צען קללות, איינע פון די קללות איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", א פרוי איז געשאלטן געווארן מיט האר, די האר ברענגט אלע שלעכטס, די האר ברענגט אלע צרות.
דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו פלעגט געבן א דרשה כל נדרי ביינאכט, אינמיטן די דרשה פלעגט ער זיך אויסדרייען זיין הייליגע פנים צום ווייבער שול און געוויינט צו די פרויען, ער האט געזאגט: "ווי אזוי קען מען זאגן ביי קריאת שמע 'ובכל נפשך' - מיר זענען גרייט אוועק צו געבן דעם גאנצן נפש פאר'ן אייבערשטן, ווען מען איז נישט גרייט אוועק צו געבן דאס ביסל האר?" ער האט געוויינט און געשריגן מיט זיין הייליג הארץ צו די פרויען זיי זאלן זיך נישט שעמען אפצושערן די האר, מיר דארפן זוכן צו געפעלן נאר פאר'ן אייבערשטן.
געבט א קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט וואס פאסירט ווען מען גייט מיט האר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.
הלואי וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין יונגע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט דעם; זיי זאלן ווארטן אויף די מינוט ווען זיי וועלן חתונה האבן צו קענען אראפנעמען די קללה מיט וואס חוה איז געשאלטן געווארן, זיך אפשערן מיט שמחה, וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.