תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א, ש'כח פאר אלע לעבנסוויכטיגע עצות.
אפשר קען איך בעטן דעם ראש ישיבה אז ס'זאל ארויסקומען א קונטרס וועגן .diabetes איך בין pre-diabetic און דער דאקטאר זאגט אויב איך טו דאס נישט צוריק דרייען ביז דריי חדשים מוז איך גיין אויף מעדיצין פאר .diabetes עס כאפט מיר א ציטער ווייל איך ווייס אז מענטשן פאלן אריין אין דעם און מ'קען זיך נישט ארויס דראפען, בבחינת כל באיה לא ישובון ולא ישיגו ארחות חיים ר"ל. נאכדעם ווערט מען מער אויסגעשטעלט צו אינפעקשנ'ס ר"ל. דער דאקטאר זאגט אז אויב איך לאז אראפ פערציג פונט גייט אלעס בעזרת השם צוריק צו נארמאל. שטעלט זיך א פראגע, וואס פארא וועג צו גיין? ווען איך עס נישט קיין קארבס, פארליר איך זייער שנעל, אבער דאס קאסט אביסל מער, און ס'איז אביסל שווערער וועגן מיין דזשאב וואס איך דרייוו ארום לאנגע שעה'ן. איך האב געהערט ועגן פרוכט דייעט וואס מענטשן פארלירן זייער שיין אבער איך בין חושש וואס דאס מאכט אויס פאר א .pre-diabetic הגם פאר א יונגע מענטש איז די פרוכט צוקער נישט קיין פראבלעם אבער אפשר ביי pre-diabetic איז עס יא א פראבלעם. diabetics טארן בכלל נישט עסן זיסע פרוכט. איך האב פרובירט צו פרעגן דעס פון מיין דאקטאר אבער זיין ענטפער איז אז מ'זאל נישט גיין אויף א וועג פון עקסטרעם. נאר עסן א האלבע טעלער גרינס, א פערטל טעלער פראטיען, א פערטל טעלער whole-grain קארבס.
דער ראש ישיבה האט מיר שוין אזויפיל עצות געגעבן וואס האט מיר געמאכט זען א קלארע וועג ווי אזוי צו גיין הלואי קען די ראש ישיבה מיך מחזק זיין אויך מיט עפעס א וועג אין דעם פלאנטער. אז די ראש ישיבה געט אזויפיל צייט, כח און מח אז מענטשן זאלן לערנען און ענדיגן ש"ס און לעבן אין גן עדן, אפשר קען די ראש ישיבה אויך ארויס העלפן צו לעבן אן די שרעקליכע מחלה פון .diabetes
שכח פאר אלעס.
משה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד משה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר מיט דיר; דער דאקטער זאגט דיר קלאר אין פנים אז אויב דו גייסט נישט אכטונג געבן וואס דו עסט, גייסטו ליידן אויף צוקער השם ישמרינו, קומסטו מיר בעטן חיזוק? וואס איז דא א גרעסערע חיזוק פון דאס וואס דער דאקטער האט דיר געזאגט, אז דו דארפסט אכטונג געבן וואס דו עסט? א מענטש וואס הערט פונעם דאקטער אז אויב גייט ער נישט אכטונג געבן וואס ער עסט, ווערט ער ביז א חודש צוויי נעבעך געכאפט מיט די מחלה פון צוקער, וואס דאס ברענגט נאכדעם שרעקליכע זאכן; מען הייבט אן שניידן פונעם מענטש השם ישמרינו, אזא מענטש דארף נאך חיזוק?
איך מוז דיר זאגן, באמת איך פארשטיי דיר נישט; וואו קומט יעצט אריין שרייבן א קונטרס פאר מענטשן? איך מיין דו זאלסט איבער ליינען די שאלה וואס דו שרייבסט, ווי שיין דו ברענגסט ארויס די סכנה פון נישט אכטונג געבן וואס מען עסט, און דאס וועט דיר מחזק זיין.
איך האב גערעדט מיט דיר, איך האב דיר געזאגט אז דו דארפסט מאכן איבונגען יעדן טאג, ענטפערסטו מיר אז דו האסט נישט קיין צייט; איך וויל דיר פרעגן צי דו ביסט ביים דעת, דער דאקטער ווארענט דיר, ממש אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (תורת כהנים, מובא ברש"י ויקרא טז, א): "מָשָׁל לַחוֹלֶה שֶׁנִּכְנַס אֶצְלוֹ רוֹפֵא, אָמַר לוֹ: 'אַל תֹּאכַל צוֹנֵן וְאַל תִּשְׁכָּב בְּטַחַב'; בָּא אַחַר וְאָמַר לוֹ: 'אַל תֹּאכַל צוֹנֵן וְאַל תִּשְׁכַּב בְּטַחַב, שֶׁלֹּא תָּמוּת כְּדֶרֶך שֶׁמֵּת פְּלוֹנִי' - זֶּה זֵרְזוֹ יוֹתֵר מִן הָרִאשׁוֹן", א משל צו א חולה וואס דער דאקטער זאגט אים: געב אכטונג נישט צו שלאפן אין א קאלטע פלאץ, און עס נישט קיין קאלטע עסן; נאכדעם איז דא א צווייטער דאקטער וואס זאגט אים: געב אכטונג נישט צו שלאפן אין א קאלטע פלאץ, און עס נישט קיין קאלטע עסן, 'זאלסט נישט שטארבן אזוי ווי דער און יענער', דער צווייטער דאקטער האט אים שוין מער געווארענט ווי דער ערשטער; דאס זעלבע זאג איך דיר: דו זאגסט אליין מיט דיין מויל אז דו גייסט נאך אביסל האבן לא עלינו צוקער, דער דאקטער הייסט דיר דו זאלסט גיין יעדן טאג מאכן איבונגען פאר דיין געזונט, ענטפערסטו אז האסט נישט קיין צייט?
זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר אזוי אין פנים אריין; א נארמאלע מענטש כאפט א שרעק ווען ער הערט אז ער האט צוקער אין די בלוט. א מענטש דארף זיין בעל הבית אויף זיך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לד, י): "הַצַּדִּיקִים - לִבָּם בִּרְשׁוּתָם", זייער הארץ איז אונטער זייער רשות, דאס מיינט אז ער קען זיך זאגן – ניין.
איך בעט דיר זייער טייערע ליבער משה נרו יאיר, פאלג דעם דאקטער, און קוק נישט אויף געלט; אמת, ווען מען עסט געזונטע עסן קאסט דאס אסאך מער ווי נישט געזונטע עסן, אבער וואס טוט מען נישט פארן לעבן, וואס האט מען פון געלט אז מען איז חס ושלום נישט געזונט?
קוק נישט אויף קיין צייט, ווייל דיין געזונט קומט פאר אלעס, און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין געזונט. דער אייבערשטער איז דער אב הרחמן, און דער רופא נאמן; ווען א מענטש קומט צום אייבערשטן און בעט אים יעדע זאך, וועט אים דער אייבערשטער העלפן.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה, און האבן שכל צו וויסן אז דאס לעבן איז נישט קיין שפיל.