שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך האב אסאך חובות, ווי אזוי קען איך ארויסגיין דערפון?
חובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס כסדר אייערע שיעורים, אויך ליין איך די שאלות ותשובות אויף די וועבסייט, און איך בין זיך זייער מחיה דערמיט.


איך ווייס נישט וואס צו טון, ווייל איך האב די לעצטע צוויי חדשים זייער אסאך חובות וואס כ'האב נישט געהאט פאר דעם, און דאס נעמט מיך ממש ארויס פון די כלים. וויפיל איך פרוביר אפצוצאלן איין חוב, קומט ארויף צוויי פרישע. יעצט קומט די ימים טובים, איך וויל פארן אויף אומאן, און אויך דארף איך קויפן א נייע סוכה, און איך האב נישט קיין פרוטה פאר די נשמה. איך בעט יעדן טאג דעם אויבערשטען מיך ארויסנעמען פון די חובות אבער דערווייל זע איך נאכנישט די ישועה.


א גרויסן יישר כח


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה ומחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז איז, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס גייט נישט ווי אזוי מיר ווילן, און אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע ביטערע נסיונות, זאלן מיר ווייטער דינען דעם אייבערשטן בשמחה.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֶשׁ עֲבֵירָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵירָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא עבירות וואס דאס מאכט אז דער מענטש זאל שטענדיג זיין א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווייל די עקעלדיגע עבירה פארשטאפט דעם מח פונעם מענטש, און עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א קטנות המח, אז דער מענטש טראכט אז ער מוז בארגן געלט, און צום סוף בלייבט ער נעבעך א גרויסער בעל חוב.


די עצה ארויסצוקריכן פון אלע חובות איז, אז מען טוט תשובה, מען וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן און מען בעט אים אז מען זאל ארויס קריכן דערפון. דערפאר, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש יעדן טאג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן שפע און דו זאלסט קענען באצאלן אלע דיינע חובות. איך שרייב דיר דא א קורצע תפילה וואס דו זאלסט מתפלל זיין:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין קטנות און פון מיין דחקות מיט וואס איך מוטשע מיך אזוי שטארק; איך האב מיך צוגעברענגט איך זאל אריינפאלן אין שווערע חובות דורך מיינע עבירות וואס איך טו, בפרט דורך די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה וואס איז אזא גרויסע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז ווער עס איז מוציא זרע לבטלה איז חייב מיתה. רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, איך וויל נישט זינדיגן, איך וויל זיין אן ערליכער איד און ארויס גיין פון מיינע חובות וכו' וכו'.


הייליגע באשעפער, עס קומט יעצט יום טוב און איך האב נישט קיין געלט, איך דארף א סוכה, און איך דארף קויפן ד' מינים און אלע צרכי יום טוב, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן א שיינעם יום טוב, איך זאל קענען קויפן פאר מיין ווייב שיינע קליידער אויף יום טוב", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דו שרייבסט מיר אז דו בעטסט יעדן טאג דעם אייבערשטן, און דערווייל זעסטו נאך נישט קיין ישועה; וואס זאל איך דיר זאגן, בעט נאכאמאל און נאכאמאל אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵל וְא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'"; דערפאר, אפילו דו האסט שוין אסאך מתפלל געווען אויף דעם, זאלסטו נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, און ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט האבן שפע אויף יום טוב.


ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט אויפגעשטעלט פאר זיין רבי ר' נתן די סוכה; א גאנצן ערב סוכות האט ער געארבעט זייער שווער אויף די סוכה, עס זאל זיין שיין און שטארק. ביינאכט ביי די סעודה האט ר' נחמן טולטשינער געזאגט פאר ר' נתן אז מען שפירט אן אנדערע טעם אין די סוכה ווען מען האט זיך געפלאגט דאס אויף צו שטעלן, האט אים ר' נתן געענטפערט: "דאס האסטו נאך נישט פרובירט, צו בעטן א גאנצן טאג דעם אייבערשטן: רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הַטְּעִמֵינוּ טַעַם סוּכָּה, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אין די סוכה, וואסערע טעם מען שפירט דעמאלט". דערפאר זאלסטו דאס נאכמאכן, דו זאלסט בעטן: "רבונו של עולם, געב מיר א סוכה, איך וויל זייער שטארק זיצן אין די סוכה, אבער איך האב נישט קיין געלט וכו'", וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, און דו וועסט האבן אן אנדערע סוכות.


געדענק אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): אָמַר ר' יוֹחָנָן: "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ר' יוחנן זאגט, דריי שליסלען זענען נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל גְּשָׁמִים, מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה, וּמַפְתֵּחַ שֶׁל תְּחִיַּית הַמֵּתִים", די שליסל פון רעגן, קינדער און תחיית המתים, "בְּמַעֲרָבָא אָמְרֵי, אַף מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה", אין ארץ ישראל זאגט מען, אויך די שליסל פון פרנסה; זעט מען אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן.


אויב דו ווילסט באמת באצאלן דיינע חובות, געב איך דיר אן עצה פון מוהרא"ש ז"ל: גיי נאך געלט יעדן טאג, און אזוי זאלסטו צוביסלעך באצאלן דיינע חובות; איי וועסטו זאגן, עס איז א בושה צו גיין נאך געלט, זאלסטו וויסן א בושה איז צו זיין א גנב, א בושה איז ווען מען בארגט געלט און מען באצאלט נישט, וואס אין אזא פאל ווערט מען אנגערופן (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנ), אויב מען האט נישט קיין געלט, קען מען גיין נאך געלט פאר זיך אליין, מען דארף נישט זאגן ווען מען גייט נאך געלט "איך גיי נאך געלט פאר מיר", נאר מען זאגט "איך גיי נאך געלט פאר א ארימע משפחה"; ממה נפשך, וועט יענער אליינס פארשטיין אז דו גייסט נאך געלט פאר דיר - וועט ער דיר געבן א שיינע נתינה, און אז נישט - איז דאך זיכער גוט. (פארשטייט זיך אז אין שטוב איז אויך נישט כדי צו זאגן אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף יום טוב וד"ל).


עס איז דא מענטשן וואס וועלן ענדערש בארגן געלט ווי איידער צו גיין נאך געלט, ווייל זיי שעמען זיך פון מענטשן; קודם דארפסטו וויסן אז ווען דו גייסט נאך געלט ווייסט נישט יענער אז דו גייסט פאר דיר, ער טראכט אז דו נעמסט צוזאם פאר א ארימע משפחה, און צווייטנס, שעמען דארף מען זיך צו זיין א גנב. עס זענען דא מענטשן וואס בארגן געלט און זיי צאלן נישט צוריק - דאס איז א בושה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם" א רשע בארגט און באצאלט נישט, דאס איז א בושה און א בזיון, אז אינגעלייט זענען שולדיג פאר א צווייטן געלט, און מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג.


דאס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש, אז מען דארף אכטונג געבן אויף יענעמס געלט, און מען דארף גיין נאך געלט אויב מען האט נישט. ברוך השם אז איך בארג נישט קיין געלט פאר מיר, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כב): "ענדערש זאל מען זיין שולדיג פאר זיך, ווי צו זיין שולדיג פאר א צווייטן"; איך האב אויפגעבויט א ישיבה, א תלמוד תורה און א מיידל סקול וכו', וואס דאס האט מיר אפ געקאסט איבער א מיליאן דאללער, ברוך השם איך האב עס באצאלט אן קיין עשירים און אן קיין נגידים, נאר פון גיין נאך געלט און מיט די הילף פון מיינע תלמידים וואס העלפן מיר.


מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט עצות אין לעבן וואס אן דעם קען מען רחמנא לצלן ווערן א גנב, א רשע און וואס נישט; מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו וויסן פון מוהרא"ש, א רבי וואס געבט שכל; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען איינער זאל עפענען א פאבריק וואו מען פארקויפט שכל, וואלט יענער געמאכט יעדע מינוט מיליאנען דאללער, נאר עס איז נישט דא קיין פאבריק פון שכל"; איך זאג דיר אז עס איז יא דא א פארבריק וואו מען טיילט שכל, נעם די ספרים פון רבי'ן, די ספרים פון מוהרא"ש, און לערן זיי, וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן און נישט פארפאלן ווערן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן גרויס שפע אויף יום טוב, און דו זאלסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון אלע דיינע חובות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.