תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, התחזקות, שלום בית, מיך מאכן לערנען יעדן טאג און נאכדערצו אינדערהיים, מיין ווייב קוקט מיר מורא'דיג ארויף!
איך בין אזוי צובראכן, איך האב פארלוירן מיין דשאב. נעכטן האט עס ממש געפלאצט! דא מיט מיין ווייב וואס מ'האט געטראפן ביי איר א געוויקס רח"ל, און איך ווייס נישט וואס צו טון...
איך וויל מיר נישט אפרעדן, אבער איך שטיק זיך. איך האב נישט דערציילט פאר מיין ווייב אז איך האב פארלוירן מיין דזשאב ווייל איך ווייס ס'נישט גוט. אפשר קען מיר די ראש ישיבה געבן חיזוק...
א גרויסן יישר כח פאר אלעס!!!
תלמידך יואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן דיין ווייב זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, אויך זאלסטו האבן פרנסה בריווח.
חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית ח.) אין די צייטן פון רבי שמואל בר נחמני איז געווען א מגיפה, מענטשן זענען געשטארבן. אין די זעלבע צייט איז געווען א שווערע הונגער, עס האט נישט גערעגנט א גאנץ יאר, עס איז נישט געווען וואס צו עסן; האבן די מענטשן געטראכט: 'וואס טוט מען דא, אויף וועלכע צרה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, חז"ל זאגן דאך (שם): "לֹא מְצַלִינָן אַתַּרְתֵּי", מען קען נישט מתפלל זיין אויף צוויי צרות?!' האבן זיי געזאגט: 'וועלן מיר בעטן דעם אייבערשטן אז די מגיפה זאל זיך אפשטעלן, ווייל דאס איז א ערגערע צרה, און מיר וועלן דארפן ליידן פון די הונגער'. האט רבי שמואל בר נחמני געזאגט: "ענדערש זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אז די הונגער זאל זיך אויפהערן, וועט זיך אטאמאטיש די מגיפה אויפהערן, 'דְּכִי יָהִיב רַחְמָנָא שּׂוֹבְעָא', ווייל ווען דער אייבערשטער געבט עסן – 'לְחַיֵּי הוּא דְּיָהִיב', געבט ער עס פאר לעבעדיגע מענטשן, נישט פאר טויטע".
ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז מיר אייביג שווער געווען, פארוואס קען מען נישט בעטן דעם אייבערשטן אויף צוויי צרות, דער אייבערשטער איז א כל יכול, דער אייבערשטער קען אלעס טון, פארוואס זאגן חז"ל "לֹא מְצַלִינָן אַתַּרְתֵּי", אז מען מאכט נישט קיין יום תפילה אויף צוויי צרות?! האב איך געהערט א שיינער פשט פון ר' יצחק שליט"א. ווען א מענטש האט צרות, פאלט אריין אין א יאוש, דער מענטשנ'ס מח קען נישט פארנעמען אפאר פראבלעמען אויף איינמאל, דערפאר זאגן חז"ל אז ווען עס איז דא מער ווי איין פראבלעם זאל מען נישט מאכן א יום תפילה אויף אלע פראבלעמען צוזאמען, ווייל דאס וועט נאר אריין ווארפן דעם מענטש אין א יאוש, ער וועט דערשראקן און פארלוירן ווערן, ענדערש זאלן מען צעטיילן די פראבלעמען, זען יעדע פראבלעם עקסטער ווי אזוי מען קען דאס באהאנדלען, וועט דער מענטש שוין נישט זען פאר זיך א בארג מיט פראבלעמען, ער וועט ווערן פול מיט האפענונג זעענדיג אז איין טאג וועט ער ארויס גיין דערפון.
אודאי קען דער אייבערשטער העלפן אויף סיי וואסערע פראבלעם, און ער קען העלפן אסאך פראבלעמען, נאר מען רעדט צום מענטש: "דו בעט נישט אויף אפאר זאכן, ווייל דאס וועט דיר אריין ווארפן אין א פאניק וכו', מען זאל נישט טראכטן פון אלע פראבלעמען אויף איין מאל, ווייל דאס וועט דיר נאר צעברעכן".
דערפאר בעט איך דיר זייער, פארליר דיך נישט, לאמיר צונעמען יעדע זאך באזונדער. בנוגע דיין ווייב, צי מען זאל איר אפערירן וכו'; יעדעס מאל ווען מען דארף אריבערגיין אן אפעראציע איז גוט צו פרעגן צוויי דריי דאקטורים, נאכדעם זעט מען וואס מען האט צו טון. דערפאר זאלסטו זיך נאכפרעגן ביי עטליכע דאקטורים, אזוי וועסט ארויס קומען קלאר וואס מען האט צו טון.
איין זאך געב אכטונג - פארליר דיך נישט; בפרט יעצט דארפסטו זיין דער העלד אין שטוב, ווייל ווי דערשראקן דו ביסט, איז דיין ווייב אסאך מער דערשראקן, זי ווארט אויף דיין חיזוק, זי קוקט אויף דיר ווי אזוי דו רעאגירסט, אז דו וועסט צוזאמברעכן וועט זי אודאי ווערן א שברי כלי. זיי איר מחזק אז זי וועט ארויס קריכן פון דעם, זאג איר אז אלעס איז דער אייבערשטער, און עס וועט זיכער ארויס קומען פון דעם נאר גוטס.
ובנוגע דיין פרנסה; עס איז נישט עק וועלט אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין ארבעט, דער אייבערשטער וואס ער איז דער "זן ומפרנס לכל", ער האט פאר דיר אנגעגרייט א בעסערע פרנסה, א בעסערע ארבעט; דו וועסט נאך זען ווי שיין דער אייבערשטער וועט אויספירן מיט דיר, א מענטש ווייסט גארנישט, א מענטש ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט אים אין די קומענדיגע מינוט, מיר דארפן גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט דער וועלט בחסד וברחמים, און אז מען האט דיר ארויס געשיקט פון דיין ארבעט וועסטו טרעפן א צווייטע פרנסה.
דער אייבערשטער זאל העלפן דיין ווייב זאל זיין געזונט און שטארק, און דו זאלסט האבן פרנסה בריווח. בקרוב זאלסטו מיר שרייבן די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.