שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז אזוי שלעכט מיט דראגס?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו ס'איז דא א מקור אין די תורה אז מ'טאר נישט נעמען קיין דראגס (סמים). דער ראש ישיבה ווייסט דאך זיכער אז עס דרייט זיך היינט אין די ישיבות גרינגע דראגס.


אפשר ווייס איך פשוט נישט וואס דראגס טוט פאר א מענטש? וואס איז עס אנדערש פון א גלעזל אלקאהאל? אפשר שעדיגט עס דעם מח אויף שפעטער? אפשר טאר מען נישט אנהויבן מיט אביסל, ווייל נאכדעם ציט עס צו מער און שטערקערע?


ביטע מיר קלאר מאכן איבער דעם, יישר כח.


בעריש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בעריש נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס עס גייט פאר מיט דיר; דו פרעגסט וואו עס איז דער מקור פון די תורה אז מען טאר נישט נעמען דראגס (סמים). איך וועל דיר פרעגן א שטערקערע שאלה: "וואו שטייט אז מען טאר נישט עסן קיין סם (רעל)?" וועסטו מיר אודאי ענטפערן: "ווייל אז מען עסט סם שטארבט מען"; דאס זעלבע איז ווען א מענטש נעמט דראגס. ווען מען נעמט דראגס פארברענט מען זיך דעם מח, מען קען שוין מער נישט טראכטן געהעריג, מען פארלירט סיי דעם גשמיות'דיגן לעבן, און כל שכן דעם רחניות'דיגער לעבן. מען איז שוין נישט דער זעלבער מענטש פון פריער, מען דרייט זיך ארום אנגע'דראג'ט אזוי ווי איינער וואס איז פאר'שיכור'ט אינגאנצן.


איינער וואס נעמט דראגס ווערט מיט די צייט צוגעקלעבט צו דעם, ביז ער קען שוין נישט אנגיין אנדעם. אויב האט ער נישט קיין דראגס ווערט ער פשוט משוגע, ער וועט טון אלעס אין דער וועלט צו באקומען דראגס, אויב האט ער נישט קיין געלט וועט ער גיין גנב'ענען געלט, אבי צו באקומען דראגס. דער סוף וועט זיין אז ער וועט אנקומען אין משוגעים הויז אדער אין תפיסה, אדער וועט ער זיך נעמען דאס לעבן.


מען דארף רעדן צו בחורים זיי זאלן וויסן וואס דער סוף איז פון איינער וואס נעמט דראגס, כדי זיי זאלן נישט פארכאפט ווערן פון שלעכטע חברים וואס זוכן אריין צו כאפן אומשולדיגע קינדער אין דעם. ווייל איינמאל מען איז טועם פון דעם ביטערן טעם איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם, און מען מוטשעט זיך פארן גאנצע לעבן. דערפאר הערט מען זייער אסאך מעשיות ווי יונגע מענטשן נעמען זיך דאס לעבן רחמנא לצלן, ווייל דער לעבן איז זיי שוין גארנישט ווערד.


ליידער גייט אריבער אזוי פיל צרות אויף יעדן איינעם; אנשטאט מען זאל נעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס דאס קען העלפן יעדן איינעם, ווייל דער רבי האט עצות פאר יעדע פראבלעם, דער רבי לערנט אונז אויס אז ווען מען האט א צרה זאל מען לויפן צום אייבערשטן, מען זאל זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, דאס אליינס - אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום באשעפער - מאכט פרייליך דעם מענטש, מען שפירט ווי מען איז מער נישט אליין. ווען מען רעדט צום אייבערשטן שפירט מען ווי דער אייבערשטער פארשטייט מיר, ער האט רחמנות אויף מיר, אנשטאט דעם נעמט מען נעבעך סם המות, מען נעמט דראגס, וואס דאס מאכט נאר ערגער דעם צרה ביז מען פארלירט דאס לעבן.


מען הערט ליידער אן א שיעור מעשיות ווי גאנצע שטובער צעפאלן, נאר ווייל דער מאן - דער טאטע האט זיך געטראפן נישט גוטע חברים, זיי האבן אים צוגערעדט ער זאל נאר פארזיכן אביסל, ביז ער פארגעסט אהיים צו קומען, ער בלייבט שלאפן אין זיין אפיס וכו', אדער אין זיין קאר, ביז די גאנצע משפחה ווערט אויס.


אלעס פאנגט זיך אן מיט דעם וואס מען פאפט זיך אליין אפ, מען טראכט צו זיך: 'איך נעם נאר אביסל', 'עס איז נישט געפערליך איין שלעפ וכו''; דו קענסט היינט הערן כל מיני הסברים פון מענטשן וואס זענען שוין אראפגעפאלן וכו', מענטשן וואס לעבן אן יראת שמים, וואס בארעכטיגן דאס נעמען דראגס: 'וואס איז אזוי געפערליך', 'וואס איז דראגס אנדערש ווי א צווייטע סארט אדיקשן', אבער א מענטש מיט שכל וועט אנטלויפן פון די מענטשן וואס קענען אים אומגליקליך מאכן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.