תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט אדער נישט.
מיין ווייב און אויך איר מאמע האלטן זייער פון גיין נאטורליך מיט יעדע זאך, זיי טענה'ן אז די דאקטורים קוקן נאר אויף געלט, און מ'קען יעדע זאך היילן נאטורליך. אמאל האב איך נאך מסכים געווען דערצו, אבער ס'איז געקומען צו א שטאפל וואס איך האלט עס שוין מער נישט אויס, למשל ווען מ'האט שטארקע יסורים טאר מען נישט נעמען טיילענאל אדער אנדערע זאכן וואס בארואיגן. איך האב אינדערהיים א גאנצע שאפע מיט נאטירליכע ווייטעמינען, און מען עסט מער ווייטעמינען ווי עסן.
מיין שוויגער האלט אויס די גאנצע ווייטעמין געשעפט... און מיין ווייב מאכט עס שוין כמעט נאך. איך פיל ווי איך ווער משוגע. א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן.
שלמה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שלמה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף זיך זייער היטן פון די אלע וואס רעדן קעגן גיין צו דאקטורים; אמת טאקע אז דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל זייער אכטונג געבן פון גיין צו דאקטורים (שיחות הר"ן, סימן נ) אבער פון די אנדערע זייט האט דער רבי געזאגט: "אז מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צו גאר א גרויסן דאקטער"; דאס הייסט, מען זאל נישט גיין צו א דאקטער וואס לערענט זיך יעצט וכו', נאר צו א דאקטער וואס האט שוין לאנגע יארן עקספירענס.
מען דארף זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס זאגן מען זאל נישט גיין צו קיין דאקטורים. מיר קענען נישט זיין קלוגער פון די תורה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס.): אויפן פסוק (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" – מִכַּאן שֶׁנִתְּנָה הַתּוֹרָה רְשׁוּת לְרוֹפֵא לְרַפְּאוֹת; נאך זאגן חז"ל (סנהדרין יז:): "עִיר שֶׁאֵין בּוֹ רוֹפֵא, אֵין תַּלְמוּד חָכָם רַשַׁאי לָדוּר בְּתוֹכָהּ", מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס איז נישט דא קיין דאקטער.
דער רבי האט קלאר געזאגט אז מען איז מחויב צו געבן שאטס פאר די קינדער; דער רבי האט געזאגט: "ווער עס געבט נישט קיין פאקין פאר די קליינע קינדער ביי א פערטל יאר, איז א רוצח", נאך האט דער רבי געזאגט: "מען מעג גיין אפילו אינמיטן ווינטער אין די גרויסע שנייען און קעלט צו א דאקטער צו מאכן פאקין (שאטס) פאר די קינדער", דאס זענען די שאטס וואס מען געבט היינטיגע צייטן פאר קינדער קעגן אלע ערליי מחלות, אויף מיזעלס, פאליאו וכו'; ווער עס געבט נישט פאר די קינדער וואקסינען קעגן אלע סארט מחלות - איז א רוצח. קוק אריין דעם לשון פון רבי'ן (ספר אבניה ברזל, סימן לד): "צְרִיכִין לְהַעֲמִיד לְכָל יֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה, וְאִם לֹא - הוּא כְּמוֹ שׁוֹפֵךְ דָמִים, וַאֲפִילוּ אִם דָרִים הַרְחֵק מִן הָעִיר מְחוּיָבִים לִיסַע עֲבוּר זֶה וַאֲפִילוּ בִּזְמַן שֶׁהַקוֹר גָדוֹל, וּלְהַעֲמִיד לְיֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה".
דאס האט דער רבי געזאגט נאך פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די מעדעצינישע וועלט איז נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, איז דאך זיכער אז אין די היינטיגע טעג דארף מען זייער אכטונג געבן צו געבן שאטס פאר די קינדער. מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות און נישט זיין קיין אויבער חכם.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז אין אומאן האט געוואוינט א גרויסער ערליכער איד אן אייניקל פון רבי'ן, ער איז געווען א משפיע און פלעגט פארלערנען וכו', זיין גאנץ לעבן פלעגט ער רעדן קעגן גיין צו דאקטורים און ווען ער איז עלטער געווארן איז נישט געווען קיין איין דאקטער וואו ער זאל נישט האבן געווען; זעט מען אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון זאגן פאר א צווייטן נישט צו גיין צום דאקטער. און אודאי אז מען גייט צום דאקטער דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט זיין קיין דאקטער וואס האלט זיך אינמיטן לערנען נאר א דאקטער מיט אסאך ערפארונג.
ווען מען גייט צום דאקטער דארף מען פאר דעם בעטן דעם אייבערשטן און געבן צדקה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): נאכדעם וואס מען געבט א פדיון פאר א צדיק קען מען גיין צום דאקטער, עיין שם.
מוהרא"ש זאגט אז פאר מען גייט צום דאקטער זאל מען לערנען די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג), געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שיקן א גוטער דאקטער און מען זאל האבן א רפואה שלימה.
ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב, וועט זי אפלאזן די אלע צודרייטע שיטות וואס פארדרייען דעם קאפ.