תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס געבט מיר אסאך כח צו קענען אנגיין אינעם טאג טעגליכן לעבן.
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט צוועלף שעה א טאג, זעכציג שעה א וואך, צו קענען אהיימברענגען פרנסה, און אויסער דעם פרוביר איך אויך צו העלפן אינדערהיים מיט די קינדער און מיט אלעס ארום, מער פון וויפיל איך קען.
למעשה שפיר איך אבער ווי איך באקום צוריק בלויז א שטויס פון מיין ווייב, ווי אזוי קען איך ווייטער אזוי אנגיין?
יישר כח, יעקב
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד יעקב נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", 'זָכָה' איז דער מענטש זוכה - 'עוֹזַרְתּוֹ', קריגט ער א העלפער, 'לֹא זָכָה' איז ער נישט זוכה - 'כְּנֶגְדּוֹ', קריגט ער א פרוי וואס גייט פארקערט פון אים; זעט מען פון דעם אז אלעס איז אנגעהאנגען אינעם מאן, אויב דער מאן טוט תשובה איז ער זוכה אז די ווייב העלפט אים, זי ווערט אים אן 'עוזרת', אבער אז מען טוט נישט תשובה דעמאלט איז זי אנטקעגן אים (ווי דו רופסט דאס - כאפט מען פונעם ווייב א שטויס), ווייל זי איז א חלק פון דיר, א ביין פיינע דיינע ביינער.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אונז מגלה געווען אז ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן יסורים פון זיינע קינדער; אויב זינדיגט ער 'בדיבור', ער רעדט וואס מען טאר נישט דעמאלט וועט ער ליידן פון זיין ווייב, און אויב מען זינדיגט 'במעשה', דעמאלט ליידט מען פון מענטשן. דערפאר ווען א מענטש זעט אז ער ליידט פון זיינע קינדער, פון זיין ווייב און פון מענטשן, דארף ער גלייך תשובה טון אויף וואס ער האט געזינדיגט במחשבה, דיבור ומעשה, דורכדעם וועט אוועק גיין פון אים אלע צרות און ער וועט מער נישט ליידן קיין יסורים.
דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט האבן סבלנות ווייטער צו העלפן אין שטוב מיט וואס עס פעלט אויס. אפילו עס קומט דיר אן זייער שווער ווייל דיין ווייב אנערקענט נישט וואס דו טוסט, דאך זאלסטו ווייטער העלפן. דער הייליגער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס איז אזויפיל שכר באקומט מען; זאלסטו זיך צוריק האלטן פון ענטפערן און פון זיך קריגן וועסטו זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי דיר, דו וועסט האבן פרנסה בריווח און זוכה זיין צו אלעס גוטס.
האב סבלנות און פיר זיך ווייטער צו איר מיט ליבשאפט, אפילו זי איז דיר מצער. קוק ווי אזוי אונזערע חכמים האבן זיך געפירט מיט זייערע ווייבער, דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר. ווען רב האט געזען ווי זיין רבי טראגט אהיים שיינע זאכן פאר זיין ווייב האט ער אים געפרעגט: "רבי איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגט דער רבי איר גוטע זאכן, זי איז דאך מצער דעם רבי'ן?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו העלפן און עס זאל זיין ביי דיר נאר שלום.