תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אזוי דאנקבאר אז דער ראש ישיבה שליט"א נעמט אראפ פון די טייערע צייט צו ענטפערן אזויפיל שאלות און שרייבן אזויפיל בריוו. איך ליין די בריוו יעדע וואך און ס'געבט מיר אזויפיל שכל און הדרכה אין לעבן.
איך וויל וויסן די כוונות וואס מ'דארף אינזין ווען מ'ליינט די ערשטע פסוק פון קריאת שמע? איך בין זייער צעמישט אין דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די מצוה פון קריאת שמע איז זייער א גרויסע מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא קדושים, ו): "לֹא תְּהֵא קְרִיאַת שְׁמַע קַלָּה בְּעֵינֶיךָ, מִפְּנֵי שֶׁיֵּשׁ בָּהּ מָאתַיִם וְאַרְבָּעִים וּשְׁמוֹנֶה תֵּבוֹת כְּמִנְיַן אֵיבָרִים שֶׁבָּאָדָם", קריאת שמע האט אין זיך צוויי הונדערט אכט און פערציג ווערטער, די זעלבע אין צאל וויפיל אברים א מענטש האט, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אִם שָׁמַרְתָּ אֶת שֶׁלִּי לִקְרוֹת קְרִיאַת שְׁמַע כְּתִקְּנָהּ, אֲנִי אֶשְׁמֹר אֶת שֶׁלְּךָ", דער אייבערשטער זאגט, אויב דו ליינסט קריאת שמע אזוי ווי די הלכה זאגט - וועל איך היטן אלע דיינע אברים; זעט מען ווי חשוב די מצוה פון קריאת שמע איז, דער אייבערשטער היט אפ דעם מענטש וואס ליינט ערליך קריאת שמע.
ווען מען ליינט קריאת שמע איז מען מקבל אויף זיך עול מלכת שמים; דאס מיינט 'איך גלייב אז דער אייבערשטער אונזער גאט פירט די וועלט, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יג.): "לָמָּה קָדְמָה שְׁמַע לִוְהָיָה אִם שָׁמֹעַ", פארוואס ליינט מען צום ערשט שמע ישראל און דערנאך והיה אם שמוע? "אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּקַבֵּל עָלָיו עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם תְּחִלָּה", נאר צום ערשט דארף מען מקבל זיין אויף זיך צו גלייבן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער איז אלעס און ער טוט אלעס, "וְאַחַר כָּךְ יְקַבֵּל עָלָיו עֹל מִצְוֹת", ערשט שפעטער קען מען נעמען אויף זיך קבלת המצוות.
מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א סודות עס ליגט אין די ווערטער פון קריאת שמע, וואס עס פאסירט אין אלע וועלטן ווען מען ליינט קריאת שמע. מיר דארפן אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל", הער צו איד - דאס מיינט מען זיך אליינס, "ה' אֱלֹקֵינוּ", דער אייבערשטער איז אונזער גאט, "ה' אֶחָד", דער אייבערשטער איז איינער אליינס, אויף די וועלט און אויף אלע זיבן וועלטן; דאס איז קבלת עול מלכת שמים, מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז אלעס און אלעס איז ער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.