תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
וואס האט מוהרא"ש זי"ע געהאלטן וועגן שייטלעך?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש שרייבט זייער אסאך מאל אין ספר אשר בנחל איבער דאס הארבקייט פון בלייבן מיט די אייגענע האר נאך די חתונה; ענדערש זאל מען טראגן א שייטל ווי איידער טראגן א טיכל און גיין מיט די אייגענע האר. עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען טראגן א טיכל און גיין מיט די אייגענע האר ווי צו טראגן א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש טראגן א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער צו טראגן צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".
ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע משפחות אז מען גייט מיט די אייגענע האר, היימישע ווייבלעך לאזן זיך וואקסן די האר; דאס קומט ווייל מען ווייסט נישט וואס פאר א צרות דאס ברענגט אויף די גאנצע שטוב. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי", א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ", אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ", וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה", און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ", זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא", איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא", און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא", און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין ביי איר אין שטוב, "מַאן גָּרִים דָּא", ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר", די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.
בנוגע די לענג פונעם שייטל וכו'; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט גיין מיט א שייטל לענגער ווי די אקסלען. ביי אלע שיעורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם פלעגט ער קלאפן מיט זיינע הענט אויפ'ן אקסל, נישט לענגער פונעם אקסל.
וואויל איז די פרוי וואס גייט צניעות'דיג און פירט זיך איידל, וועט זי זוכה זיין צו די ברכה וואס וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.