תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
וואס מיינט דאס וואס דער רבי זאגט אז מ'זאל נישט הערן זינגען פון א מנגן רשע?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דאס זייער פשוט צו פארשטיין.
ווען דער רשע זינגט ניגונים, זינגט ער ניגונים פון ניבול פה; יעדע ניגון וואס ער זינגט איז איין שטיק שמוץ, קומט אויס אז ווען מען הערט א רשע זינגען איז דאס שווער פאר עבודת השם, מען הייבט אן האבן שלעכטע מחשבות, נאכדעם באקומט מען א שלעכטע דיבור, מען זינגט מיט די שמוציגע ניגונים - ביז מען פאלט אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן. דערפאר זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם, ווייל דער ערליכער איד זינגט זיינע ניגונים פון אמונה, פון התחזקות, פסוקים געפלאכטן פון בטחון.
דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן וואס פאר א ניגונים מען הערט, עס זאל נישט שאטן פאר'ן מענטש.
נישט נאר ביי ניגונים דארף מען אכטונג געבן, נאר מען דארף אויך אכטונג געבן מיט וועם מען רעדט. ווייל רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות אפטרופוס, הלכה ג) נישט נאר א ניגון פון א רשע שאדט פאר עבודת השם, נאר אפילו סתם הערן דעם קול פון א רשע איז א גרויסע סכנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מג): "הַדִּבּוּרִים שֶׁל רָשָׁע שֶׁהוּא בַּר דַּעַת מוֹלִידִים נִאוּף בְּהַשּׁוֹמֵעַ", עיין שם, ווען מען רעדט מיט א רשע, איינער וואס גלייבט נישט אינעם אייבערשטן - קען ער שעדיגן דעם מענטש, ער קען אריין ברענגען אינעם מענטש ער זאל אויך פארלירן די אמונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.