תוכן השאלה
לכבוד ראש הישיבה שליט"א,
א גרויסן ישר כח פאר די שטארקע חיזוק ווערטער וואס איך הער כסדר, און אויך פאר די עצות און הדרכות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס אזויפיל אידן אין די וועלט זענען זיך מחזק פון דעם.
איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה ווייסט, איך אליין, וואס איך געהער נישט בכלל צו ברסלב ביי אונז און קהילה אין ארץ ישראל קען איך אסאך אידן וואס הערן זיך צו צו יעדע דרשה און פאלגן די עצות, און האבן א געוואלדיגע חיזוק. אייער זכות איז זייער גרויס, דער אייבערשטער זאל אייך שענקען ברכה און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.
איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איז ריכטיג איך זאל בעטן אויף פרנסה? אז דער אייבערשטער זאל מיר שיקן מער ארבעט אין דעם תחום וואס איך בין עוסק? אדער איך זאל בעטן אויף פרנסה בכללות אז ער זאל מיר שיקן ואויף וועלכע וועג ער פארשטייט?
אסאך מאל בין איך מתפלל אז דער אייבערשטער זאל מיר שיקן קונים, אן נאכדעם טראכט איך ווער זאגט אז מען מעג זאגן פאר'ן באשעפער וואס איז גוט פאר מיר, און אים גיבן "עצות" ווי אזוי? אבער אפשר אז איך בין עוסק אין א תחום אפשר איז יא ריכטיג צו בעטן איך זאל האבן הצלחה אין דעם תחום וואס איך טו און האבן פרנסה פון דעם?
א גרויסן יישר כח, אויב איר קענט מיר דאס קלאר מאכן.
אהרן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אהרן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איז ער געקומען צום רבי'ן, און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", און אזוי גייענדיג, האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט ר' נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס אויסדערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן, אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער, און ער וועט האבן א זיס לעבן.
ר' נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד", האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס אויסדערציילן".
ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, און יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף, און ער דערציילט אים אלעס וואס עס באדערט אים, און אויב מען איז אראפ געפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען, און קיינער קען אים נישט שלעכטס טון.
אמאל איז איד געקומען צו ר' נתן נעמען אביסל חיזוק; בכלל דארף מען וויסן אז אלע דיבורים וואס ר' נתן האט גערעדט איז געווען בעיקר פון רעדן צום אייבערשטן, און דאס האט ער איבער געגעבן פאר אלע זיינע תלמידים, אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען, און ווען מען דארף עפעס זאל מען נאר צו אים מתפלל זיין. דער איד האט געזאגט פאר ר' נתן אז ער מאכט יעדן טאג התבודדות אזוי ווי ר' נתן האט אים געלערנט; פרעגט אים ר' נתן: "וואס בעטסטו פונעם אייבערשטן?" האט דער איד געענטפערט: "איך בעט זוכה זיין צו מדריגות וכו'", פרעגט אים ר' נתן: "זאג מיר, פרנסה האסטו?" ענטפערט ער: "ניין", זאגט אים ר' נתן: "הער מיך צו, דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אויף פרנסה, ווייל דאס איז דיין אמת"; דער אייבערשטער הערט צו אלע תפילות אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, יח): "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", אבער נאך מער נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות וואס איז מיט אן אמת – "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת".
זעט מען פון דעם אז א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן וואס עס ליגט אים אויפן הארצן, ווייל די תפילות וואס קומט ארויס פון הארץ, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.) אז ווען עס איז דא אן עצירת גשמים, און מען מאכט אן עצרת תפילה זאל מען נעמען פארן שליח ציבור אזא איינער וואס איז "מְטוּפָּל וְאֵין לוֹ", אפילו עס איז דא א זקן וחכם, און רש"י זאגט דארט, אז דער טעם איז, ווייל א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער, און ער דארף זיי מפרנס זיין, אזא מענטש דאווענט פון די טיפעניש פון זיין הארץ, ער שרייט צום אייבערשטן מיט אן אמת, און ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען א מענטש קומט צו אים און וויינט זיך אויס, און ער בעט פאר א ישועה.
אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) אז ווען אן ארימאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיטן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.
דערפאר, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו רעדסט צום אייבערשטן יעדן טאג, און דו בעטסט אים פרנסה; עס איז נישט קיין חילוק ווי אזוי מען בעט דעם אייבערשטן, דער עיקר דארף מען זען איין זאך: 'נישט אפלאזן די זאך פון תפילה', צי אזוי צי אזוי - דאס איז נישט משנה, ווייל ווי לאנג א מענטש רעדט צום אייבערשטן איז ער צוגעקלעבט צו אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לַשֵּׁם יִתְבָּרַך הִיא עַל יְדֵי תְּפִילָה", דורך תפילה ווערט א מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.