שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז די ריכטיגע צניעות ביים שלאפן?
צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר אייערע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל עצות און חיזוק, עס געבט מיר שכל אין לעבן. איך האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן דאווענען אפילו ווען מיר האבן נישט קיין סעמינאר, אזוי ווי יעצט פאר פסח, איך האב אנגעהויבן ליינען קריאת שמע און צוגרייטן נעגל וואסער יעדע נאכט, און נאך פיל מער.


איך וויל פרעגן אויב די צוויי ביינער ביים האלז מעגן זיין אפן ביינאכט ביים שלאפן, און אויך אויב מ'דארף אנטון זאקן ביים שלאפן אויב מ'איז סיי ווי צוגעדעקט מיט די דעקע.


יישר כח פאר אלעס.


א מיידל פון ארץ ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג אויף צניעות; ווען מען פירט זיך איידל און מען גייט אנגעטון איידל - דאס איז שיין און מלא חן, אבער אויב מען גייט נישט אנגעטון איידל און מען פירט זיך נישט אויף איידל דעמאלט איז דער מענטש נישט מכובד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צד.): "רַבִּי יוֹחָנָן קָרֵי לֵיהּ לְמָאנֵי מְכַבְּדוֹתַי", רבי יוחנן, ווען ער פלעגט בעטן זיין שמש זאל אים ברענגען זיינע קליידער, פלעגט ער זאגן: 'ברענג מיר די זאך וואס ברענגט מיר "כבוד"'; ווייל קליידער איז מכבד א מענטש. ווען א מענטש איז אנגעטון ווי עס דארף צו זיין דעמאלט איז ער מכובד וכו'.


אסאך מיידלעך מיינען אז צניעות איז עפעס א קנס, כאילו מען האט גע'קנס'עט די אידישע טעכטער אז מען דארף גיין אנגעטון איידל. דאס איז די סיבה פארוואס מען זעט נעבעך ווי אידישע טעכטער זוכן אראפ צו ווארפן פון זיך די צניעות, זיי מיינען אז דאס איז א שטראף, אבער באמת איז צניעות בכלל נישט קיין קנס, צניעות איז זייער א שיינע זאך. א בעל חי גייט אן קליידער און עס איז נישט שייך ביי זיי קיין קליידער, דאס זעלביגע איז ביי די אומות העולם וואס זענען (יחזקאל כג, כ): "אֲשֶׁר בְּשַׂר חֲמוֹרִים בְּשָׂרָם", צוגעגליכן צו בעלי חיים; אזוי ווי אברהם אבינו האט געזאגט פאר ישמעאל ווען ער איז געגאנגען שחט'ן יצחק אבינו (בראשית כב, ה): "שְׁבוּ לָכֶם פֹּה עִם הַחֲמוֹר", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (קידושין סח.): "עַם הַדּוֹמֶה לַחֲמוֹר"; ביי זיי איז נישט קיין חילוק יא אנגעטון נישט אנגעטון, אבער מיר אידן וואס מיר זענען מענטשן אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לד, לא): "וְאַתֵּן צֹאנִי צֹאן מַרְעִיתִי, אָדָם אַתֶּם, אֲנִי אֱלֹהֵיכֶם", דער אייבערשטער זאגט איר זענט ביי מיר גערעכענט ווי מענטשן, איר זענט נישט אין מיינע אויגן ווי בהמות, דרש'ענען אויף דעם די הייליגע חז"ל (יבמות סא.): "אַתֶּם קְרוּיִין אָדָם, וְאֵין הָעוֹבְדֵי כּוֹכָבִים קְרוּיִין אָדָם"; דארפן מיר זיין אנגעטון און אכטונג געבן זיך אויפצופירן איידל.


ווען מען שלאפט גייט מען נישט מיט קיין זאקן, נאר מען דעקט זיך צו מיט א דעק - דאס איז צניעות; מען דארף געדענקען וואס חז"ל זאגן (קידושין נד.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; עס איז דא וואס זאגן אז מיידלעך זאלן שלאפן מיט הויזן ווייל די פיס דעקט זיך אויף וכו', אבער עס איז נישט גערעכט, ווייל הויזן פאר א מיידל איז פריצות. מען פרובירט דאס מערסטע צו שלאפן צוגעדעקט און אויב מען דעקט זיך אויף – זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדרים כז:): "אוֹנֶס רַחֲמָנָא פָּטְרֵיהּ".