תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן אן עצה פאר א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. איך האב געקויפט א דירה, און מיין שכן איז זייער א שווערער מענטש, ער געבט זיך נישט אפ מיט די האלוועי, ס'איז אלץ אנגעלייגט מיט שמוץ, און איך דארף עס כסדר אויפרוימען, אויך יעדע הוצאה וואס מ'דארף זיך צעטיילן גלייך אויף גלייך, דרייט ער זיך ארויס און אלעס פאלט אויף מיר, אויך מאכן זיינע קינדער כסדר קולות שפעט ביינאכט און די האלוועי און מ'קען נישט שלאפן.
כ'האב אים שוין געווארנט אז אויב ער וועט זיך נישט צושטעלן וועל איך אים רופן צו דין תורה, אבער ער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויב איז דאס א סכסוך פון געלט - זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב וועט פסק'נען אזוי ווי די תורה זאגט.
אויף די אנדערע זאכן, די ווילדקייט פון די קינדער און די נישט צאמגענומענקייט וכו' וכו' - דאס איז א שווערע געשעפט; וואס קענסטו טון? און וואס קען דער שכן טון? וואס קענען עלטערן טון אז זייערע קינדער זענען מער לעבעדיג און מער צעפלויגן? האסט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן דאס געזונט דיין גאנץ לעבן, אדער קוקן אויף די גוטס פון זיי און זיי ליב האבן.
בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק; אז עס איז דא ליבשאפט צווישן די שכנים - פאלן אוועק כמעט אלע פראבלעמען, ווייל שכנים מוזן זיך ליב האבן, אז נישט איז נישט ווערד די גאנצע הויז; עס איז נישט ווערד גארנישט אין לעבן ווען מען וואוינט מיט שכנים וואס קריגן זיך. עס זענען דא גבירים וואס האבן זיך געבויט פאלאצן און זיי זענען נעבעך אין מרה שחורה און עצבות וועגן דעם שכן און יענעם שכן, ווען עס האט באמת גארנישט צו טון מיט די שכנים; עס איז דער מענטש אליינס וואס וויל נישט איינבייגן דעם קאפ און אנערקענען אז עס איז דא א באשעפער וואס ער איז אלעס, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און עס איז גארנישט דא אן אים.
טראג יעצט אריבער א שיינעם קעיק פאר דיינע שכנים און שרייב אפאר שיינע ווערטער: "לכבוד אונזערע בעסטע שכנים ...", וועסטו זען פלוצלונג אז עס וועט דיר מער נישט שטערן די גערודער און עס וועט דיר נישט שטערן די אנדערע זאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.