תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין פול מיט שרעקעדיגע פחדים שוין א שטיק צייט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געוויסע שטארקע פחד וואס איך האב געהאט, און דערנאך באקום איך פאניק אטאקעס פון דעם.
איך ווייס אז עס קומט פון נישט האבן אמונה, דעריבער האב איך אנגעהויבן הערן ניגונים פון אמונה, איך האב אנגעהויבן ליינען "עצתו אמונה", אבער עס העלפט מיר נישט, לעצטנס האבן זיך די פחדים גאר שטארק צושפילט, יעדן טאג פון עפעס אנדערש. איך הויב זיך אן ווארפן פאר פחד, מיין הארץ הויבט אן קלאפן זייער שנעל, און דערנאך זייער שטייט, נישט אויפ'ן ריכטיגן ריטעם, און איך דארף ארבעטן גאר שווער אויף מיר זיך צו בארואיגן. די פחדים גייען נישט אוועק, זיי קומען צוריק יעדן טאג פאר אן אנדערע סיבה.
וואס קען איך טון? איך בין קיינמאל נישט געווען אזוי, ווי אזוי קען איך לעבן א רואיגע לעבן? ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלע לעבן אן די שרעקליכע פחדים יעדן טאג? איך וויל פשוט זיין רואיג און פרייליך.
איך שפיר ווי איך ווער דערטראנקען אין פחדים, איך ווער אריינגעשלעפט אין אן ענדלאזער ים פון פחדים און איך זע נישט דעם ברעג ארויס, עס ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען דערפון, ביטע העלפט מיר.
איך שרייב יעצט דעם בריוו אינמיטן די נאכט, איך קען נישט איינשלאפן פון פחד, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס פון די פחדים, צו קענען לעבן א רואיגע און געשמאקע פרייליכע לעבן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ...
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א שאד אז נאר יעצט ווען דו ווארפסט זיך פאר שרעק און דו קענסט קוים אטעמען, נאר יעצט צינדסטו אן ניגוני אמונה און האסט אנגעהויבן צוריק צו ליינען קונטרסים פון אמונה, א שאד אז דו טוסט דאס נישט אלע דיינע טעג; ווייל נאר אמונה היילט אויס די קרענק פון שרעק, פון ענקזייעטי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה), אז אמונה איז די היילונג פאר די שרעקליכע פיין.
קאנצעטריר דיך אויף די דריי זאכן וועסטו ווערן אויסגעהיילט:
1) הער לעבעדיגע אידישע ניגונים, (גוי'אישע ניגונים מאכט ערגער, עס ציט אן די נערווען ה' ישמרינו), ניגונים פון אמונה, ניגונים פון האפענונג.
2) ליין ספרים פון אמונה; היינט איז דא טויזנטער ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש געשטעלט און געבויט נאר אויף אמונה. מאך זיך א שיעור אין די ספר "אשר בנחל" אין אידיש, לערן יעדן טאג א בריוו, לערן אין א סדר, דאס וועט אויפבויען די אמונה, דאס וועט דיך היילן.
3) יעדן טאג זאלסטו בעט א תפילה אויף אמונה, דאס האסטו א קליינע תפילה צו זאגן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות:
"רבונו של עולם איך בין אזוי דערשראקן פון גארנישט און פון נישט, עס ציטערט מיר מיין גאנצע קערפער, יעדע מינוט פון א צווייטע שרעק, איך קען נישט אנגיין אזוי, עס כאפט מיר אן א פלוצלונגדיגע פחד, עס ווערט אזוי שטארק אז איך פארליר מיין אטעם, איך שפיר ווי די שלעכטע רוח האט מיך געכאפט, איך קען נישט ווייטער אזוי לעבן.
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, אז איך זאל דיך שפירן יעדע רגע, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו טוסט אלעס, איך זאל געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט, אזוי ווי א קינד ליגט אין שויס פון די מאמע אן קיין שום זארג, און וואס די קינד דארף באקומט זי פון מאמע.
הייליגער באשעפער איך וויל זיין געזונט, איך וויל זיין רואיג, איך וויל זיין פרייליך, קענען אנגיין מיט מיין סדר היום, שלאפן ביינאכט און טון בייטאג אלע מיינע געברויכן, מאך מיך פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, אמן סלה".
א רפואה שלימה.