תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די שיינע בריוו, יעדעס מאל איך לערן עצתו אמונה ווער איך נאכאמאל אויפגעוועקט צו וועלן זיין א ערליכער איד און צו ארבעטן אויף מדת השמחה.
איך האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו אז דער סימן מיט וואס מען איז זיך בודק אויב מען איז פרייליך איז אויב מען מאכט פרייליך אנדערע, איך האב דאס אסאך מאל גענוצט, ווען דער יצר הרע פון עצבות איז זיך מתגבר אויף מיר, האב איך פרובירט צו מאכן פרייליך אנדערע, ווייל איך האב געזען אין עצתו אמונה אז דאס איז שמחה, איך האב אסאך מאל געשפירט אז עס איז גרינגער פרייליך צו מאכן אנדערע ווי פרייליך מאכן זיך אליין, אויף דעם איז דער יצר הרע זייער גרויס.
אפשר קען איך פרעגן, ווי אזוי איז מען זיך בודק אויב מען האט ליב די ווייב? וואס מיינט "ליב האבן"? עס שטייט ביי יצחק אבינו וַיִּקַּח אֶת רִבְקָה וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה וַיֶּאֱהָבֶהָ, וואס מיינט די "וַיֶּאֱהָבֶהָ"? וואס קען מען טון צו האבן די "וַיֶּאֱהָבֶהָ" פון די אבות הקדושים? ווי אזוי קען מען גיין אין די וועגן פון יצחק אבינו?
יישר כח פאר'ן אוועקגעבן טייערע צייט צו האלטן אידישע נשמות ביים לעבן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו זאגט (סוף פרשת חיי שרה, דבור המתחיל ויביאה יצחק), אויפן פסוק (בראשית כד, סז): "וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמּוֹ, וַיִּקַּח אֶת רִבְקָה וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה וַיֶּאֱהָבֶהָ", יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה, "ויש לדקדק מאי בא להשמיענו", וואס וויל דער פסוק אונז לאזן הערן אז יצחק האט ליב געהאט רבקה? טייטשט ער, עס איז דא צוויי מענטשן וואס זאגן זיי האבן ליב די ווייב, איינער אבער האט בכלל נישט ליב די ווייב, ער האט זיך ליב, ער דארף די ווייב נאר אויף צו ערפילן זיינע אייגענע פארגענוגן, "נמצא זה אינו אוהב את אשתו כלל", ער האט נישט ליב זיין ווייב, נאכדם איז דא איינער וואס האט ליב זיין ווייב נישט פאר זיך, פאר זיינע פארגענוגן, נאר צו קענען זיין אן ערליכער איד און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, "זה נקרא אוהב את אשתו", דאס ווערט אנגערופן ער האט ליב זיין ווייב, ער וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן; קוק נאך די שטיקל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.