תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען אויף די שיעורים און חיזוק וואס איז ממש מחיה נפשות, ווען עס מאכט זיך אמאל עטליכע טעג וואס ס'איז נישטא קיין פרישע שיעורים, שפיר איך ממש ווי עס פעלט מיר פאר די נשמה.
איך בין א פרוי און איך מוטשע זיך אסאך מיט נסיונות פון כעס, ווען איך ווער אויפגערעגט נעמט מיר זייער לאנג ארויסצוגיין פון דעם מצב, וויפיל איך פרוביר זיך צו שטארקן, גייט עס מיר נישט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וירא, ט"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
געבטס זיך זייער אכטונג פון די שלעכטע מדה פון ווערן אין כעס; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן טו): "כַּעַס שֶׁל אִשָּׁה מַחֲרִיב אֶת הַבַּיִת", א פרוי וואס רעגט זיך מאכט חרוב איר שטוב; ווען די מאמע איז א כעס'יגע וואקסן די קינדער אויף נאראנים, דערשראקן און אומזיכער. דער רבי זאגט (שם, סימן כד): "עַל-יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", ווען מען איז בכעס וואקסן די קינדער נאראנים; מוהרא"ש איז דאס מסביר אז ווען מען שרייט אויף די קינדער און מען רעגט זיך אויף זיי ווערן זיי דערשראקן און פארמאכט, זיי קענען נישט אויסוואקסן געזונט.
נעמטס די עצה פון רבי'ן אויף כעס; זעטס צו עסן אינדערפרי פת שחרית, א מאמע פון קינדער דארף זייער אכטונג געבן אויף זיך צו עסן צי דער זעט. דער רבי זאגט (שם, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", עסן פת שחרית איז מסוגל אויף כעס; זאלט איר פון היינט מקפיד זיין יעדן אינדערפרי זיך צו וואשן אויף ברויט און עסן א גוטע פרישטאג, וועט איר ווערן געראטעוועט פון כעס.
מיט אלע חכמות און עצות דארף מען אסאך תפילות בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט אויפרעגן, בפרט ערב שבת דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת; ווייל דער יצר הרע ציטערט זייער פונעם שבת, ער ווייסט אז שבת איז א צייט וואס דער איד קלעבט זיך צו צום אייבערשטן און שבת בויעט דער איד זיין שטוב, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און אנגעצויגנקייט, אבי דער שבת זאל זיין צעשטערט. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט (ספר עבודת הקודש, מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב; ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר אום שבת קודש, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי.
דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, אזוי ארום וועט מען ניצול ווערן פונעם שטן, וואס זיין זאך איז מחלוקת און ער געפינט זיך דארט וואו מען קריגט זיך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.