תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
שוין א לאנגע צייט וואס איך בין געוואויר געווארן פון די געוואלדיגע שיעורים, דאס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, איך בין זיך מחי' מיט יעדע דרשה, בריוו, און מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, עס העלפט מיר אזויפיל בגשמיות וברוחניות, ס'איז נישט מעגליך אלעס אויסצורעכענען.
לעצטנס האב איך זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אין אמונה, מוהרא"ש שרייבט ממש אין יעדן בלאט פון יעדן ספר אז א איד דארף ארייננעמען אין זיך אז ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיו יתברך כלל. איך האב זיך זייער שטארק אריינגעלייגט אין דעם, ביז איך שפיר ממש אז ס'איז גארנישט דא, איך בין נישטא, ס'איז נישטא קיין מענטשן, ס'איז נישטא קיין וועלט, ס'איז אלעס נאר דמיונות, באמת איז אלעס נאר דער אייבערשטער.
דאס האט מיר געברענגט נאך ווייטער, צו שפירן ממש למעלה מן הזמן, ס'איז נישטא קיין נעכטן, נישטא קיין מארגן, ס'איז בכלל נישטא אזא זאך ווי צייט וואס רוקט זיך, אלעס איז דאך נאר דער אייבערשטער, דאס וואס מיר שפירן אז ס'איז דא צייט איז נאר אין אונזער דמיון אז ס'איז דא טבע מקרה און מזל.
איך וויל באטאנען אז איך גיי ברוך ה' ווייטער אן אין לעבן ווי געהעריג, מיט מיין ווייב און קינדער, מיט מיין פרנסה, מיט מיין אידישקייט און ערליכקייט, און אזוי ווייטער. אבער אין מיין קאפ שפיר איך ווי איך לעב ממש אין א דמיון, אלעס איז דמיונות, באמת איז נישטא קיין מקום, נישטא קיין זמן, ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן.
דער פראבלעם איז אבער אז לעצטנס האט מיר דאס אנגעהויבן זייער שטערן אין מח, איך שפיר ווי איך פלי און איך לעב אין א דמיון, ס'איז זייער שרעקעדיג צו טראכטן אז די גאנצע וועלט איז א בלויזע דמיון. דאס הויבט מיר אן ברענגען פחדים, אז אפשר וועט זיך דער דמיון אפשטעלן אין די סעקונדע און איך וועל ווערן אויס. איך בין צוגעוואוינט צו א 'נארמאלע' לעבן, אלעס זאל אנגיין ווי געהעריג, און אויב אלעס איז בלויז א דמיון איז מיר זייער שווער אנצוגיין אין לעבן.
איך הויב אן טראכטן אז אפשר איז ברסלב טאקע צו א הויכע זאך וואס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, אפשר זענען די מחשבות צו הויך פאר מיר און איך קען עס נישט פארנעמען? פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אבער וויפיל מתנות איך האב באקומען פון ברסלב, ווי שטארק מיין לעבן האט זיך אזויפיל פארבעסערט ממש אויף יעדן ריר. אפשר דארף איך נאר אפלאזן די מחשבות פון די גאר שטארקע אמונה, אויב דאס שטערט מיר אזוי שטארק?
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און אויסקלארן אין דעם ענין.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אזוי איז עס טאקע, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; אלעס אלעס איז ער אליינס - עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך שמו. דאס וואס מיר זעען א שיינע וועלט, איינגעטיילט אין די פיר זאכן: דומם, צומח, חי און מדבר - דאס איז אלעס א לבוש, א פארשטעלאכץ פונעם אייבערשטן; מיט פליישיגע אויגן זעט אויס ווי עס איז דא א וועלט וכו' וכו' אבער דאס איז נאר א דמיון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליינס.
דאס לערנען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור מיט זייערע תלמידים, מען זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער איז אלעס און אלעס איז ער. אין אונזער דור האבן מיר זוכה געווען צו מוהרא"ש וואס האט אראפגעברענגט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות, אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אפילו מיר וואס מיר זענען אזוי פארגרעבט - זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן, מיר זאלן שפירן די זיסע טעם, די געשמאקע טעם - פון שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך. און אין די זעלבע צייט דארפן מיר וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער וויל עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט פון שטיינער, ביימער, חיות און מענטשן, און אונזער ארבעט איז מיר זאלן אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע פלאץ.
אויך דארפן מיר וויסן אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די הייליגע תורה און מיר דארפן זיך פירן מיט די תורה, עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם אז דער אייבערשטער איז אלעס; ידיעה און בחירה גייט אינאיינעם. פון איין זייט איז פארהאן ידיעה - מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, פון די אנדערע זייט האבן מיר א בחירה צו אויסוועלן דעם גוטן וועג, די וועג פון די תורה, די וועג פון מצוות און מעשים טובים.
יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט געזאגט מיר זאלן יעדן טאג זיך מתבודד זיין און אויך לערנען הלכה; די צוויי זאכן מוז מען האבן אינאיינעם. ווייל ווען מען איז זיך מתבודד הייבט מען אן זען ווי אלעס איז אייבערשטער, צוביסליך זעט מען מער און מער אז עס איז גארנישט פארהאן אויף די וועלט - נאר אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז אייבערשטער, קען מען אנהייבן טראכטן אז מען קען טון וואס מען וויל, עס איז דאך סיי ווי אלעס דער אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן ווי 'איך בין בכלל נישט דא, איך קען גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס איינער אליין', קען מען חס ושלום טראכטן פון אויפהערן טון די מצוות, דערפאר האט דער רבי אונז אזוי שטארק מזהיר געווען מיר זאלן לערנען שולחן ערוך (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט), זיך נישט אפטון פון הלכה און אויך זאלן מיר זיך אסאך מתבודד זיין, אזוי וועלן מיר זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.