שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאכט מען זיך א חשק צו וועלן לעבן?
התחזקות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געהערט לעצטנס ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט פון זיין באבע, ווי אזוי זי האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט'ס קריג, טראץ די גאר שווערע אומשטענדען, וואס זי איז אלץ אריבער אין אוישוויץ וואו זי האט געזען דאס גיהנום, און זי האט אלץ געזאגט אז זי האט עס איבערגעלעבט ווייל זי האט געוואלט לעבן.


ביי מיר איז פונקט פארקערט, איך האב ברוך ה' אלעס גוטס אין לעבן, עס גייט מיר זייער גוט, און פון דעסט וועגן וויל איך בכלל נישט לעבן. ווען איך טראכט פון מאכן א סוף צו מיין לעבן, קען איך עס נישט טון נאר ווייל ווייל איך טראכט פון מיין מאן, פון מיינע קינדער, און פון מיינע עלטערן, ווי אויך ציטער איך אויב דארט וועט מיר נישט זיין ערגער. איך לעב נאר מיט דעם וואס שטייט אין פרקי אבות "בעל כרחך אתה חי".


ווי אזוי קען מען באקומען א טעם און א ווילן צו לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט איין זאך: "זיין פרייליך"; אז איר וועט זיין פרייליך וועט אלעס זיין גוט. מיר האבן א מצוה פונעם רבי'ן - צו זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, פרובירן מיט אלע כוחות אוועק צו לויפן פון עצבות און מרה שחורה; אז דער רבי הייסט דארף מען פאלגן.


פרובירטס די עצה פון תפילה; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון תפילה והתבודדות, פרובירטס די עצה; בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך אז איר זאלט זיין פרייליך, איר זאלט הנאה האבן פון די וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן – דאן וועט איר ווערן א פרייליכע מאמע, איר וועט וועלן לעבן צו קענען טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


טאנצטס יעדן טאג מיט אייערע קינדער, דאס וועט אריין ברענגען שמחה אין אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן ח): "עַל-יְדֵי הָרִקּוּדִין וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁאַתָּה עוֹשֶׂה בַּגּוּף, נִתְעוֹרֵר לְךָ שִׂמְחָה", דורך טאנצן און שפרינגען ווערט מען פרייליך; זינגטס און טאנצטס, דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די גוטס וואס ער טוט מיר אייך, וועט איר וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן פונעם לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.