שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי איז מען מעביר סדרה ווען די פרשיות זענען נישט מסודר געהעריג?
מעביר סדרה, סוכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שטייענדיג יעצט צווישן יום כיפור און סוכות, ווען די פרשיות השבוע זענען נישט מסודר געהעריג, וויל איך וויסן ווען און ווי אזוי מ'דארף מעביר סדרה זיין אין די וואכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; דער הייליגער אריז"ל שרייבט מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: 'וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש פאריגע וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך?' אז מען הייבט אן פון זונטאג, מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, איז מען זוכה צו ענדיגן יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


טו אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם גר"א זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך און ווען עס קומט סוף יאר איז מען מורא'דיג בשמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


פון ווען מען ליינט שבת ביי מנחה די קומענדיגע סדרה, קען מען שוין זונטאג אנהייבן מעביר סדרה זיין די פרשה; צום ביישפיל, פרשת וזאת הברכה ליינט מען שבת ביי מנחה פאר יום טוב סוכות, קען מען שוין גלייך זונטאג אנהייבן מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.