תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און פאר מיין לעבן. איך ארבעט שווער פאר פרנסה, איך דארפן פארן יעדן טאג א ווייטע וועג צו מיין ארבעט, און אמאל פלעג איך לויפן פאר די שקיעה און לייגן תפלין ערגעץ אין א ווינקל, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים דאווען איך ב"ה יעדן טאג אלע דריי תפלות מיט מנין, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג חק ולא יעבור.
איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך בין זייער באגרעניצט אין צייט אינדערפרי, און איך קום אסאך מאל אן שפעט צום דאווענען. האב איך דאן צוויי ברירות, אדער אויסצולאזן די הללויה'ס און עס משלים זיין שפעטער אויפ'ן באס צום ארבעט, איידער איך הייב אן מיינע שיעורים, אדער קען איך דאווענען געהעריג און גארנישט אויסלאזן, אבער לכבוד דעם וועל איך נישט דאווענען מיט מנין. וואס איז ענדערש צו טון?
יישר כח נאכאמאל פאר אלעס.
יואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד יואל נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.
זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.
דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז א מענטש זאל אנהייבן מזלזל זיין אין דאווענען; קודם הייבט דער מענטש אן צו פארפאסן מנחה מעריב, נאכדעם הייבט מען אן שניידן פון שחרית; מען ווערט א גאנצער תלמיד חכם - מען ווייסט שוין וואס איז דער עיקר דאווענען און וואס איז נאר א לכתחילה וכו' וכו', ביז מען הערט אויף אינגאנצן צו דאווענען; אזוי נעמט דער יצר הרע אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.
אבער דער צדיק אמת - משה רבינו - לערנט אויס פארן מענטש: "געב א שפרינג" – "טאנץ ארויס פון בעט", און "טאנץ אריין אין שול", מיט דעם הרג'עסטו דעם יצר הרע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "בָּא לְהָרְגְךְ - הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", לייגט דער זוהר הקדוש צו איין ווארט (הקדמת תקוני זהר, ח:): "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ - בִּצְלוֹתָא"; הרג'ע אים מיטן דאווענען, ווייל דורך דעם וואס מען מען דאווענט שחרית מנחה מעריב הרג'עט מען דעם יצר הרע.
שנייד נישט קיין שטיקלעך ביים דאווענען; געוואוין זיך צו צו דאווענען פון 'אדון עולם' ביז 'עלינו לשבח' ווארט ביי ווארט אין א סידור. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע כוונות וואס איך ווייס, ווען עס קומט צום דאווענען דאוון איך ווי קינד - בתמימות ובפשיטות"; דער עיקר איז צו דינען דעם אייבערשטן אן קיין שום דריידלעך.
א ליכטיגן חנוכה.