תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס שטייט אין די ספרים אז אויב מ'טוט תשובה מאהבה איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען אמת'דיג תשובה טון, אז דער אייבערשטער זאל מיר אלעס מוחל זיין.
יישר כח פאר אלע חיזוק במשך די גאנצע יאר
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע מעשים, דו ווילסט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א'): אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות פון די תורה, בשוגג אדער במזיד, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתוודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון - דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטן, דער איז געלויבט.
אז דו וועסט זיך מתודה זיין, דו וועסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן דיינע חטאים, עוונות ופשעים און אים צוזאגן אז דו וועסט מער נישט טון די אלע זאכן, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין אויף אלעם. תשובה איז אזוי שטארק אז אפילו א מענטש זאל טון אן א שיעור עבירות, אויב קערט ער זיך צוריק, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך גיי מער נישט זינדיגן", דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל.
די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב): דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ - וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט אנטקעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.
דער יצר הרע וויל נאר איין זאך פונעם מענטש: ער זאל זיך אונטערגעבן און אפמאכן: 'איך בין שוין פארפאלן'. יעדעס מאל ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות וויל ער נאר דאס; אז דער מענטש זאל אויפגעבן. ווייל ווען א מענטש געבט נישט אויף, און אפילו ער פאלט אראפ און ער זינדיגט נעבעך מיט שווערע ביטערע עבירות - טוט ער נאכדעם תשובה און קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ווערט פון אלע זיינע עבירות זכותים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:) אז ווען א מענטש טוט תשובה ווערן זיינע עבירות זכיות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.