תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן וואס מען טוט ווען די ווייב פאלט אריין אין א שלעכטע שטימונג, ווען זי ווערט טרויעריג און אנגעצויגן?
איך ווער נישט פארלוירן און איך בין בדרך כלל נישט בייז, אבער ווי אזוי קען איך איר אויפהויבן און מאכן פרייליך? איך פרוביר אסאך זאכן און עס גייט מיר גארנישט, וואס טוט מען?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אין שטוב אויף דיין ווייב, דו פרובירסט מיט אלע וועגן איר פרייליך צו מאכן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב.
דער רבי האט אונז זייער געבעטן און געווארנט מיר זאלן רעדן שיין אין שטוב און האלטן טייער די ווייב; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן גאר אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר", זיי ליידן בשעת'ן טראגן, "וְהַלֵּדָה", נאכדעם די צער פון געבוירן, "וְהַגִּדּוּל", און צער פון אויפציען די קינדער, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז פאר יעדן באקאנט ווי שווער עס איז אריבער צו גיין די זאכן; דער הייליגער רבי נתן זאגט (שם, סימן רסג) ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט ביי אינגעלייט אז זיי צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ענדיגט זיך דאס מיט א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז מעשה שטן, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין ביטערע עבירות, דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין נעץ השם ישמרינו.
דערפאר זאלסטו ווייטער פרובירן מיט אלע כוחות פרייליך צו מאכן דיין ווייב; עס איז נישט גרינג פרייליך צו מאכן די ווייב, אבער דאס איז די יסוד פון קדושה. ווייל ווען עס איז דא שמחה אין שטוב, עס איז דא ליבשאפט צווישן מאן און ווייב - דעמאלט הערשט א הייליגקייט, מען האט א ריינע מח - מחשבה, מען זוכט נישט פרעמדע זאכן, מען איז צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער האט געגעבן.
זע צו לערנען אין שטוב; א פרוי האט זייער ליב צו זען איר מאן לערנען אין שטוב, זי הייבט אן קוקן אנדערש אויף אים, זי הייבט אים אן האלטן חשוב און טייער.
אויך זאלסטו רעדן ווייך און שיין; צו א פרוי דארף מען רעדן ווייכע רייד, פוטער ווערטער. לערן זיך פונעם אייבערשטן, ווען ער האט געהייסן משה רבינו רעדן צו די אידן, זיי געבן די תורה - האט ער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן ווייכע רייד צו די פרויען (שמות יט, ג). באנוץ זיך נישט מיט שארפע ווערטער: "נו, קומסט שוין?" אדער: "ביסט נאך אלץ נישט גרייט?!" זאלסט קיינמאל נישט רעדן אזוי צו איר, וועט זי נישט אריין פאלן אין א שלעכטע גוסטע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.