שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך געבן זעלבס זיכערקייט פאר מיין מאן?
שלום בית, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר אז איך קען נישט ווייטער אנגיין אין לעבן, איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, איך האב אבער א גרויסע פראבלעם, אפשר וואלט דער ראש ישיבה מיר געקענט העלפן.


מיין מאן קומט פון א שווערע שטוב, זיינע עלטערן קאנטראלירן זייער שטארק, און ביז די חתונה האט מען אים ממש נישט געלאזט אטעמען, ער האט נישט געמעגט האבן קיין אייגענע מיינונג, און דאס האט געמאכט ער זאל נישט האבן קיין שום אחריות, מען האט אלעס געטון פאר אים, צי ער האט יא אדער נישט געוואלט.


דערפאר איז יעצט נאך די חתונה אים זייער שווער צו זאגן וואס ער האלט, צו נעמען אחריות און ערלעדיגן זאכן, רוב צייט קומט אויס אז איך מאך די החלטות. לעצטנס האב איך אויפגעהערט מחליט זיין וואס מיר גייען טון אדער וואו מיר זאלן גיין, איך בעט אים ער זאל מחליט זיין, אבער ער קען נישט, עס נעמט אים זייער לאנג ביז ער קען ארויסזאגן וואס ער וויל, מען דארף אים זייער אסאך דערמאנען וואס ער האט צו טון. דאס מאכט מיר שפירן ווי איך האב חתונה געהאט מיט א קליין קינד. דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז א ווייב קען טוישן דעם מאן, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי.


הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן און געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א גוטער מאן; דאנקט דעם אייבערשטן אז ער טשעפעט אייך נישט. עס איז נישט אזוי געפערליך אז איר זאלט מאכן די החלטות, מען קען האבן א גאלדנע לעבן אינאיינעם, א הערליכע שלום בית - אפילו ווען דער מאן ווייסט נישט אליינס מחליט זיין וואס, ווען און וואו.


געדענקט דעם כלל, ווילאנג מאן און ווייב גרויסן זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, זיי זענען זיך מכבד, זיי האבן זיך באמת ליב - איז אלעס אנדערש נישט וויכטיג, אלעס אנדערש פאלט אוועק ווען עס איז דא ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט. אז איר וועט אים ארויפקוקן, איר וועט אים מכבד זיין - וועט די שכינה רוען ביי אייך, עס איז דא צענדליגער משפחות וואס די פרוי מאכט די החלטות, זי זאגט וואס מען זאל טון וכו' - און זיי לעבן א חיים טובים. עס איז נישט עק וועלט אז איר זענט די וואס דארף זאגן וואס צו טון.


נישט איך זאג דאס אז א פרוי קען טוישן די מאן; מוהרא"ש זאגט דאס, אבער אין אייער פאל דארפט איר אים נישט טוישן, איר דארפט טוישן אייער וועג פון טראכטן, הייבט אן טראכטן אז עס איז אייך גוט, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א גוטער מאן, ער טשעפעט נישט, ער טוט אייך נישט וויי; דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן החלטות - דאס איז נישט קיין חסרון, וועט איר מאכן די החלטות, כל זמן ער רעדט שיין צו אייך, ער קריגט זיך נישט, ער טוט אייך נישט וויי - דארפט איר זיך זייער פרייען.


היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואס זי וויינט אז איר מאן שלאגט איר, איר מאן צווינגט איר, ער שלעפט איר און ווארפט איר אראפ די טרעפ רחמנא לצלן; די פרוי האט קינדער, זי פרעגט אויב זי זאל זיך גט'ן, וואס זי זאל טון? דאס איז א שווערע שאלה, דאס איז א צרה; א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א שגץ וואס שלאגט, א מאן וואס ווארפט אראפ די פרוי - דאס איז יענץ צרה, אבער אין אייער פאל וואס איר שרייבט 'איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, ער האט נאר איין גרויסע פראבלעם, ער ווייסט נישט אליינס מחליט זיין' - זאלט איר מאכן די החלטות.


איר וועט זען אז איר וועט אים אנהייבן הייבן, איר וועט אים לויבן און איר וועט מאכן די החלטות, און מיט חכמה וועט איר מאכן ער זאל שפירן ווי ער האט געמאכט די החלטות - וועט נישט לאנג נעמען ביז ער וועט ווערן א נייער מענטש, ער וועט באקומען זיכערקייט, ער וועט שוין קענען פירן די שטוב.


הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער מאן וואס איר האט, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן חכמת נשים ווי אזוי איר זאלט אים מאכן זיכער מיט זיך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.