שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיין אלעמאל פרייליך?
שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אייערע שיעורים כמעט יעדן טאג, און ס'איז מיר זייער מחזק.


איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען צוקומען צו זיין אלעמאל פרייליך, ווייל ס'קומט אסאך מאל שווערע צייטן וואס איז באמת שווער צו זיין דעמאלט פרייליך, ווי אזוי קען מען זוכה זיין יא צו זיין שטענדיג פרייליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי צו זיין שטענדיג פרייליך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): אויפ'ן פסוק (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי, 'הַיְנוּ, שֶׁגַּם אֲפִלּוּ בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לָנוּ'", מיט דעם פסוק דאנקט דוד המלך דעם אייבערשטן אויף די צרות וואס גייען אריבער אויף אים, ער האט שטענדיג געטראפן גרויסע חסדים אין די צרות. "כִּי אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה' יִרְאֶה שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ, גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", ווייל אז מען קוקט גוט זעט מען ווי דער אייבערשטער מאכט אז די צרה זאל זיין מיט גרויסע חסדים. דאס זאגט דוד המלך: "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', הַיְנוּ אֲפִלּוּ בְּתוֹךְ הַצָּרָה בְּעַצְמָהּ נָתַתָּ לִי הַרְחָבָה בְּתוֹכָהּ", אינעם צרה געבסטו מיר אזויפיל גוטס, "מִלְּבַד מַה שֶּׁאָנוּ מְצַפִּים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹשִׁיעֵנוּ בְּקָרוֹב מִכָּל הַצָּרוֹת וְיֵיטִיב עִמָּנוּ מְאֹד, אַךְ אֲפִלּוּ גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ מַרְחִיב לָנוּ", פארשטייט זיך אז מיר ווארטן, האפן און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אוועק נעמען אינגאנצן די צרות און עס זאל אונז אינגאנצן גוט ווערן, אבער מיט דעם אלעם ווילאנג מען האט נאך די צרה איז דא גרויסע חסדים.


אז מען מאכט זיך א חשבון וויפיל גוטס דער אייבערשטער געבט אונז וועלן מיר זען אז מיר קענען נישט אנהייבן אים צו לויבן אויף זיינע פילע חסדים. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מחזק זיין מיר זאלן גיין כסדר אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל און מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לט:): "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולה ווערט ניצול פון גיהנום; פלעגט מוהרא"ש זאגן אז אויסער די מצוה וואס מען איז מקיים ביים באזוכן א חולה פארדינט מען דערפון אז מען ווערט פרייליך, מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז געזונט, מען קען גיין און קומען, מען קען עסן און טרינקען וכו' וכו' און מען האט שוין נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, מען הייבט אן זען אז די שוועריקייטן וואס מען גייט אריבער איז נאך מיט גרויס חסדים און די צרה איז נישט אזוי געפערליך; מען ווערט פרייליך אז מען איז געזונט.


אז דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר וועט אריין גיין אין דיר אזא שמחה אז דו וועסט גיין א טענצל יעדן טאג, אזוי ווי אנשי שלומינו פירן זיך צו טאנצן אפאר מאל א טאג.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, רבי נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום", סיי דער גיהנום אויף די וועלט און אזוי אויך דער גיהנום אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.