תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין ווייב ליידט פון "בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער", דאס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער פון צייט צו צייט בין איך זיך מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה.
צוליב מיין ווייב'ס פראבלעם, בין איך אביסל באגרעניצט מיט וואס איך קען טון פאר פרנסה, און ליידער מוז איך כמעט יעדע וואך צוקומען צו אנדערע.
איך בין אן ערליכער אינגערמאן, אבער איך מושטע זיך מיט שמירת עינים, סתם אזוי פרוביר זיך צו האלטן ערליך, איך בין קעגן סמארטפאונס, אבער ווען עס כאפט מיר אן א שוואכע מינוט, גיי איך אריין אין א גוי'אישע סעלפאון סטאר, און איך קוק שלעכטע זאכן.
פון איין זייט טראכט איך "איך בין דאך אן ערליכער אינגערמאן, ווי קומט דאס צו מיר?", אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך אז איך בין א גרויסע רחמנות, איך האב צוטון מיט מיין פראבלעמאטישע ווייב, וואס אסאך מאל זידלט זיך מיר אן, און איך בין א איד און איך קען נישט האבן קיין שייכות מיט א צווייטע פרוי. און פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אזא קללה אז ווען א פרוי ווערט עלטער פארלירט זי איר שיינקייט?
איך האב ב"ה ליכטיגע קינדער, און מיין שאיפה איז צו האבן אן ערליכע שטוב, אבער איך פאל כסדר אראפ ליידער. איך ווייס אליין נישט וואס צו זאגן, איך בין אליין א גרויסער רחמנות. אסאך מאל טראכט איך ווי גליקליך איך וואלט געווען ווען איך וואלט ווען געקענט האבן שייכות מיט נאך פרויען.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט קיין קונץ צו זינגען דעם ניגון וואס דו זינגסט אינעם בריוו, אז דיין ווייב האט א פראבלעם וכו' וכו'; מיין נישט אז אויב דו וועסט ארום גיין זינגען א ניגון אז דיין ווייב איז מיט די נערוון וועט מען אויף דיר רחמנות האבן, עס וועט דיר גארנישט העלפן און עס בארעכטיגט נישט וואס דו טוסט, אז דו פאלסט אראפ רחמנא לצלן אין עבירות.
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך קען דיר נישט, אבער פון דיין בריוו זעט אויס אז דו אליינס דארפסט א גרויסע ישועה. דו ליגסט נעבעך אין זינד, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן; דיין גאנצע קאפ איז דיר פול מיט טינופת, דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן ווערטער וואס ווען מען הערט די ווערטער דארף מען זיך רייסן קריעה, דו שרייבסט: "ווי גליקליך וואלט איך געווען ווען איך וואלט ווען געקענט זינדיגן"; ווי שעמט זיך נישט א איד צו שרייבן אזעלכע רייד? און נאך אין די זעלבע צייט זיך באטיטלען פאר אן ערליכער אינגערמאן!
איך בעט דיר זייער, טו תשובה און בעט איבער דיין ווייב, וועסטו נישט ליידן אזויפיל צרות. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן".
מוהרא"ש געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש זינדיגט בדיבור ער רעדט נישט שיין, ער טשעפעט זיין ווייב - וועט ער ליידן פון איר, זי וועט אים דערביטערן דאס לעבן. אבער ווען א מענטש היט דעם דיבור, ער רעדט שיין, ער רעדט נישט קיין ניבול פה, ער שעלט נישט; בפרט צו זיין ווייב רעדט ער ווייעך, ער לויבט איר און בויט איר אויף, וועט זי נישט קריגן אויף אים, נאר זי וועט אים פרייליך מאכן, זי וועט האבן אלע חן אין זיינע אויגן, און ווי עלטער מען ווערט וועלן זיי האבן מער ליבשאפט און מער געטריישאפט.
א קללה איז אז מען זינדיגט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף די שענסטע און בעסטע פארנעם, ווען מען ווערט עלטער ווערט דאס ליבשאפט שטערקער און מער, אז מען זינדיגט - דעמאלט איז נישט ווערד דאס לעבן. פלאי פלאים ווי א מענטש שרייבט מיט אזא חוצפה אויפ'ן באשעפער'ס וועלט: "א קללה אז ווי עלטער מען ווערט פארלירט מען דאס שיינקייט וכו'"; ווען מען זינדיגט, מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט פארלירט מען דאס שיינקייט. א רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נישט מיט די וועג פון די תורה, ווייל ווער עס היט די תורה, ווער עס היט די אויגן און די מחשבה, ער לעבט שיין מיט זיין ווייב, ווערט ביי אים דאס לעבן, דאס שלום בית, דאס שיינקייט - שטערקער און מער.
עס איז נישט קיין קונץ אראפצוקלאפן די ווייב; אז א פרוי שרייט מיינט נישט אז זי האט מיט די נערוון, אז א פרוי וויינט מיינט נישט אז זי איז נישט געזונט, דאס איז ביי יעדן מענטש אזוי, ווען א מענטש איז שוואך און צעבראכן וויינט מען און מען פארלירט זיך. בפרט די טייערע פרויען וואס כלל ישראל שטייט אויף זיי, די בויערס פון אידיש'ן פאלק, וואס ציען אויף קינדער, וואס עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל יסורים - צער העיבור, צער הלידה און נאכדעם צער הגידול, דאס ווארטן, דאס געבוירן און אויפציען - דאס איז זייער שווער, און אז דער מאן איז א שלעכטער, ער זוכט נאר חסרונות אין איר, אודאי שרייט מען און אודאי וויינט מען, דאס מאכט נאך נישט דעם מענטש פאר א 'מענטל קעיס', דאס מיינט נישט צו זאגן אז זי איז דער פראבלעם.
איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אויף דיין לעבן; מאך נישט חרוב דיין שטוב. הער אויף רעדן פון אירע פראבלעמען, הויב אן זוכן אין איר גוטס, הויב אן זוכן אין איר מעלות. די ערשטע מעלה וואס זי האט, אז זי וואוינט בכלל מיט דיר, זי איז נאך נישט אנטלאפן פון א מאן וואס קוקט איר אזוי אראפ, און נאך פול מעלות וואס זי האט.
מאך איר פרייליך; דו זיי איר טעראפיסט. דו קענסט איר אויסהיילן, א גוטער מאן, א געטרייער מאן קען אויסהיילן די ווייב פון אלע פראבלעמען. דער מאן איז דער וואס דארף מחזק זיין און פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער און מיט ליבשאפט, דעמאלט גייען אוועק אלע פראבלעמען און אלע קראנקהייטן.
אז דו וועסט זוכן אין איר גוטס וועט זי נישט שרייען אויף דיר, זי וועט לעבן מיט דיר; איר וועט לעבן ווי צוויי טויבן אין א חלום.