שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן נישט צו שניידן די בארד?
בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אילו פינו מלא שירה כים, איז ממש נישט מעגליך צו באשרייבן וואס דער ראש ישיבה האט געטון מיט מיר און טוט נאכאלץ. דער ראש ישיבה האט געטוישט מיין לעבן, פשוטו כמשמעו. איך קען שרייבן און שרייבן און קיינמאל נישט פארטיג ווערן.


דער ראש ישיבה זיצט זיך אזוי רואיג אין ווילאמסבורג, און געבט זיך דארט די שיעורים, אבער דערווייל דרייט זיך איבער א וועלט א דאנק די הייליגע שיעורים, איך קען ממש נישט מסביר זיין וואס די שיעורים טוען מיט מיר. ס'איז נישטא אזא מושג ביי מיר ווי א טאג אן א שיעור. מיינע רצונות מיינע השקפות מיינע עשיות און אלעס אין מיין לעבן האט זיך אינגאנצן געטוישט. מיין חיות קומט שוין נישט פון נארישקייטן, נאר פון נאך א משנה און נאך א דף גמרא און נאך אביסל רעדן צום אייבערשטן וכו'.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס ביז אהער, דער אייבערשטער זאל באצאלן פאר'ן ראש ישיבה בכפלי כפלים און געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט א שטארקייט.


איך האב געוואלט בעטן אפאר ווערטער חיזוק אויף ווייטער ובפרט אויפ'ן ענין פון נישט שניידן די בארד. אפאר חדשים צוריק, נאכ'ן הערן אזוי סאך שיעורים, האב איך זיך אונטערגענומען מער נישט צו שניידן מיין בארד, און ברוך ה' איך שנייד נישט, אבער לעצטנס האט עס אנגעפאנגען ווערן גרעסער עס צעוואקסט זיך פון אלע זייטן, איך פיל אסאך מאל ווי איך קען עס מער נישט דערליידן, און איך וויל נאר געבן א קליינע שנייד דא און א קליינע שנייד דארט. קען מיר דער ראש ישיבה באלייכטן מיינע אויגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם א ליקוטי הלכות און קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות, די פאר ווערטער דארף זיין גענוג און נאך אכטונג געבן נישט צוצורירן די בארד און פיאות.


וואויל איז דעם וואס שניידט נישט די בארד און פיאות, ער גרויסט זיך מיט זיין צלם אלוקים. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.