תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.
די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.
איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.
ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.
אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.
אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.